בית פורומים חדשות נייעס

חסידי קארטשין (באבוב).....

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/11/2005 20:27 לינק ישיר 
חסידי קארטשין (באבוב).....

שלום רב לאוהבי תורתיך ואין למו מכשול...

דאס זענען די פאסיגסטע ווערטער וואס איך קען באטיטלען אונזער הייליגער מנהיג ורועה נאמן כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מוהר"ר מרדכי דוד אונגער שליט"א מקארטשין (באבוב). זה היום שקוינו לו, אונזער הייליגער רבי האט גענומען דער איידעלער שטעלער, און למען השלום זיך אנטזאגט פון דעם נאמען "באבוב". וואס פאר א גרעסערע כבוד און נחת רוח קען דאס זיין פאר רבותינו מבאבוב וואס זענען שוין אויף יענעם עולם, אז זייער'ס א קינד גייט אין זייערע דרכים און איז זיך מונע פון מחלוקת.

נאך א שווערע וואך פאר צד באבוב אין ב"ד, האט דער רבי אם כל זאת מוותר געווען אויף דעם גענצליכער נאמען באבוב, און אויף ארויף גענומען דעם "רבנות" נאמען פון זיין הייליגער זיידע כ"ק מרן אדמו"ר מוהר"ר שמואל אהרן ראבין זצוק"ל מקארטשין, וואס די ענליכקייטן צווישען דעם רבי'ן מיט זיין הייליגען זיידען זענען פשוט אומגלויבלעך אייניג. כ'וועל אביסל ארויסברענגען ווער דער הייליגער קארטשינער איז געווען.

דער קארטשינער איז געבוירען אין שטאט קירימע בשנת תקפ"ה צו זיין טאטען מו"ה צבי אלעזר ראבין זצ"ל יליד קראקא, ער האט זיך געווייקט ביי די הייליגע צדיקים פון יענע תקופה, ווי דער ארי' דבי עילאי, דער שר שלום פון בעלז, ר"ר הערש מרימאנוב, אבער בעיקר, און ווי ער האט זיך געהאלטן אלס תלמיד מובהק, איז געווען ביים הייליגען דברי חיים, און כמים פנים אל פנים האט דער דברי חיים עם געהאלטען אלס איינער פון זיינע נענסטער תלמידים. אויף אזוי ווייט, אז ווען כ"ק מהר"ש הראשון מבאבוב האט געדרוקט די תשובות דברי חיים, האט ער זיך אסאך געוואנדען צום הייליגען קארטשינער על כל דבר קטן וגדול.

ער איז געווארען אויפגענומען אלס רב אין דער שטאט זבארוב בשנת תרכ"ה, אבער ער האט נישט דארט מאריך ימים געווען, און צוויי יאר שפעטער בשנת תרכ"ז איז ער געווארען אויפגענומען אלס רב אינ'ם שטאט קארטשין, ווי ער איז שוין פארבליבען עד סוף ימיו.

אנדערש ווי רוב רבי'ס, איז ער געווען באקאנט אלס גאון עצום און א מפלפל. ער האט געשריבן אן א שיעור דברי תורה, און טייל פון זיי אפילו געדרוקט בחייו, ווי למשל דעם חיבור "בית אהרן" אויף הלכות גיטין, וואס ער האט ארויס געגעבען בשנת תרל"ו אין לעמבערג, א יאר פאר זיין פטירה. אויך האט ער מחבר געווען דעם ספר "אם למקרא", און דעם ספר "שו"ת שם עולם", און נאך ספרים, די חסידישע וועלט בימים ההם האט זיך בארימט מיט'ן קארטשינער, אז טראץ דעם וואס ער איז געווען א רבי פון חסידים, איז ער אויך געווען ברייט באקאנט אלס גדול בתורה.

בשנת תשמ"ח, האט זיינס א אייניקל אין א"י ארויסגעגעבען פון זיינע כתבים דעם ספר "עיני שמואל" אויף אגדות הש"ס, ווי באקאנט אז ער איז אויך געווען א גאון אין דרוש. דער רבי שליט"א איז געווען זעהר אינסטראמענטאל אין דאס ארויסגאבע פון דעם הייליגען חיבור. תלמידים פון רבינו שליט"א האבען אפט מאל אין די יונגע יארען געהערט ביי די שיעורים אין דער מתיבתא, ווי אויך ביי די ליל ששי שיעורים די לעצטע פאר יאר, ווי דער רבי האט נאך געזאגט הערליכע ענינים וואס ער האט געזעהן אין די כתבים.

ער איז אויך געווען א אייניקל פון ר' אשר'ל ראפשיצער, ווי באקאנט איז ר' אשר'ל געווען געווען דער "איידעם" פון מהרנ"ץ מראפשיץ זי"ע. ער האט פארלאזט די וועלט ביום כ"ז תמוז שנת תרל"ז לפ"ק, און האט איבער געלאזט נאך זיך דורות פון רבנים ואדמורי"ם מפורסמים.

איך מיין אז איך דארף נישט ארויס ברענגען די שטריכען פון ענליכקייט פון רבינו הגה"ק שליט"א צו דעם הייליגען זיידען. ס'איז אונז א שטאלץ זיך צו קענען רופען קארטשינער (באבוב) חסידים.......



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/11/2005 22:29 לינק ישיר 

ווער איז קארטשין .איך האב נישט געהערט פון אזא רבי,איך קען א רבי פון באבוב. מיט צוויי אנשים חשובים וואס רופען זיך באבובער רב ,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2005 21:24 לינק ישיר 

מצורף קובץ

איך האב עפעס געטראפען פון קארטשין:



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/1/2006 22:43 לינק ישיר 

אקדאןמע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/1/2006 22:59 לינק ישיר 

איך האב שטארק דרך ארץ פאר די קארטשינער חסידים.

זיי דארפען גארנישט אויף די וועלט חוץ צו זיין דבוק מיט זייער גרויסין רבין דער קארטשינער צדיק!

זיי ווייסען גאנץ גוט אז זייער רבי וועט סוף כל סוף זיך נישט קענין ריפען מיט'ן נאמין "באבוב" און אז זיי האבין שוין איצט די ברירה זיך צוריפען "קארטשין" בהסכם כל קהל עדת ישראל!

דאך גיבין זיי דעם נאמין אויך אוועק מרצונם הטוב צו כ"ק מרן אדמו"ר מ'באבוב שליט"א.

די קארטשינער חסידים, מצידם שרייען חי וקיים אז זיי דארפען נישט קיין נאמען. זיי זאגין אז זייער רבי דער קארטשינער צדיק האט זיי נאכגיזאגט אזא לשון הגמרא: "גדול שמו מרבן" ממילא דארפען זיי נישט קיין נאמין נאר זיי ווילען הייסען "אנשי רמד" על שם רבן!

פאר אזא געטריישאפט מיז מען האבין דרך ארץ!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/1/2006 23:50 לינק ישיר 

דער מצב פון די קארטשינער כת, אין איין ווארט: 
     "נדחה ע"י הבי"ד"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/1/2006 00:37 לינק ישיר 

וואס מאכן זיך די באבובע נאריש, מיטן שרייבן קורטשין מאכט מען אים נישט אויס רבי, פארפאלן ער האט צוטיילט באבוב און ער האט א גרויסען עולם, טאקע א שווערער פיל אבער מ'וועט זיך צוגעוואוינען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2006 19:08 לינק ישיר 

אוי ביסטו גערעכט: ------ פארפאלן ער האט צוטיילט באבוב ----- ער האט גורם געווען א פירוד, ער האט צוטיילט, צוריסען די אחדות, געגאנגען אין די דרכים פון קורח מיט עמלק, צו צוטיילן כלל ישראל, די סיבה פארוואס בית המקדש השני איז חרוב געווארן איז ווייל מען איז געווען "צוטיילט", און ב"ה ענק זענען מודה אז ענקער רבי, האט זוכה געווען צו "צוטיילן" באבוב. א נאר זאגט אויך אמאל א גוט ווארט אבער אזוי גוט, לא פיללתי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2006 21:00 לינק ישיר 

אוי ביסטו גערעכט:

------
פארפאלן בנציון די רב הצעיר האט צוטיילט באבוב
-----

ער האט גורם געווען א פירוד, ער האט צוטיילט, צוריסען די אחדות, געגאנגען אין די דרכים פון
קורח מיט עמלק, צו צוטיילן כלל ישראל, די סיבה פארוואס בית המקדש השני איז חרוב געווארן איז
ווייל מען איז געווען "צוטיילט", און ב"ה ענק זענען מודה אז ענקער רב, האט זוכה געווען צו
"צוטיילן" באבוב.

א נאר זאגט אויך אמאל א גוט ווארט
אבער אזוי גוט, לא פיללתי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2006 04:26 לינק ישיר 

  1. באבוב האט מען נישט צוטיילט!!!!

    באבוב האט זיך אליינס צוטיילט!!!!

    אין די מצב ווי באבוב האט אויסגעזעהן.

    איז נישט געווען קיין אנדערע אויסוועג ווי זעך צו צוטיילן.

    אוי וויי  פאר באבוב אויב די צוויי מחנות וואלטן געבליבן אינטער איין נאכט.

    רב"צ ווערט שוין געשלאגן אויף דער וועלט פאר זיינע פילע מעש"ט ווייל זעהט זיך אויס אז די גיהנום פאר עם איז שוין צו קליין

    מיין דעה איז אז צום סוף וועט רמ"ד באגלייטן רב"צ ארון.... סתם אזוי... אזוי פיל איך... אז דאס וועט  זיין אזוי   





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/2/2006 21:01 לינק ישיר 

ס'גייט זיי אזוי גוט אז זיי טרייסטין זיך מיט "יקרבו ימי" גענוי אזוי ווי זייער פעטער עשו האט געזאגט. 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2006 22:17 לינק ישיר 

אויב איר פלאנט צו גיין היינט באנאכט צו די קרן חתנים .אין איר זענט פון באבוב 45 זאלט  איר נישט געבען קיין פרוטה ,ווייל איך האב געהערט אז פאר קיין בחורים וואס זענען פון 45 געבען זיי נישט קיין געלט ,איר קענט אייך נאך פרעגען פון יונגע לייט וואס האבין שוין חתונה געהאט אין אויך חתנים פון באבוב 45            א דאנק 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2006 23:30 לינק ישיר 

אנטשולדיקט!
מ'רעדט נישט פון "קרן חתנים ד'קארטשין"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2006 23:45 לינק ישיר 

ווער איז קארטשין .איך האב נישט געהערט פון אזא רבי,איך קען א רבי פון באבוב. מיט צוויי אנשים חשובים וואס רופען זיך באבובער רב ,                                        די קרן חתנים איז היינט אין באבוב48,וועגען דעם דארף מען מודיע זיין דעם עולם אין באבוב45 אז זיי זאלען נישט געבען קיין געלט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2006 00:14 לינק ישיר 

וואס דער שרץ טמא האט גישריבען איז אייביג געווען דעם "קארטשינער'ס" חלום! 

בחיי מרן קוה"ק מהר"ש זצוקללה"ה האט ער גיטראכט "יקרבו ימי אבל חמי זקיני"

בחיי חמיו מרן אדמו"ר מהרנ"ץ זצוק"ל האט ער גיטראכט "יימי אבל חמי"

אין איצט, ליידער אז אונזערע רביס זענין נישט דא שטייט איהם כ"ק מרן אדמו"ר עט"ר שליט"א אין וועג טראכט ער ווידער " יקרבו וכו" 

דער שרץ טמא זאגט וואס דער "קארטשינער" טראכט!   



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2006 00:21 לינק ישיר 

די מיינט דעם קארטשינער שוחט ,דער צובע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות נייעס > חסידי קארטשין (באבוב).....
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext