בית פורומים באבוב

די מעשה האב איך געהערט פון ר'שמואל עקיבא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/6/2005 08:24 לינק ישיר 
די מעשה האב איך געהערט פון ר'שמואל עקיבא

די מעשה האב איך געהערט פון ר' שמואל עקיבא סאלאמאן נ"י

הרה"ח ר' אייזיק דייטש שיחי', איינער פון די ראשי קהלתינו הקדושה, פירט אן א פירמא מיט דעם נאמען Laser Tone Inc, ער האט איינער פון די גרעסטע קאנטראקטען מיט די באוויסטע קאמפאני HP, ער איז פון זייערע גרעסטע דיסטריביוטערס אין אמעריקא,פארשטייט זיך אז אין א יעדע ביזנעס איז פארהאן געוויסע קונצען צו מאכען וואס מער געלט, איז אזוי אויך ר' אייזיק, פון צייט צו צייט קויפט ער סחורה פון דער black & gray market, א קיצור די סחורה איז נישט אויף די אויפיצעלע ביכער און מ'האנדלט מיט מזומן, פארשטייט זיך אז נישט HP אדער דער רעגירונג האט א השגה אין די געשעפטען.

מיט בערך א צוויי וואכען צוריק האט זיך ר' אייזיק צוקריגט מיט איינער פון זיינע הויפט סעילס לייט, די געשיכטע געשעהט דארט כסדר, ווייל ר' אייזיק א ביסל א הארטע בעל הבית, עס קען אמאל זיין שווער זיך גלאטיק אויס צו קומען מיט עם, ער קוקט אויף דעם כאילו ביזנעס איז ביזנעס, אין ס'מאכט זיך דא און דארט קאנפליקטען צו ווישען ר' אייזיק און די מענעדזערס אין די ארבייטערס.

דער סעילס מאן, גראדע נישט קיין באבובער, האט זיך נישט געקענט אויסקומען מיט ר' אייזיק, ער איז גראדע א שטיקעל קרוב מיט עם, איז ער ארויס געגאנגען און גע'עפענט זיין אייגענע קרעמעל, אבער דאס איז נישט גענוג געווען פאר עם, ער איז נאך געגאנגען מסר'ן סיי צו די IRS און סיי צו HP, אז ר' אייזיק פירט שווארצע געשעפטען.

ס'איז באלד א טאג שפעטער אנגעקומען א גראפע INVESTIGATORS פון די IRS. צו זיין מזל איז ר' אייזיק פונקט געווען ביים רבי'ן עפעס אדארך טוהן עפעס בנוגע די קעמפס, און ר' אייזיק באקומט פאון קאלל אז חברה האבן זיך אנגערוקט, האט ר' אייזיק אויסגעהערט וואס ס'דא געשעהן און געהייסען זיי זאלען ווארטען ביז ער קומט.

ר' אייזיק האט פארציילט פארן רבי'ן וואס ס'איז דא פארגעגאנגען, דער רבי האט זיך אינטער געזיפצט, "געוואלד געוואלד יודען מסר'ן, אזא נידריגע זאך, נעבעך נעבעך", דער רבי האט געזאגט מ'דארף מיר מעורר רחמים זיין, דו ביסט פון אונזערע גוטע יודען, דערנאך האט זיך דער רבי צוזינגען שטילערהייט דעם ניגון, די מאמע האט געהייסען ניסעלעך אפרייסרען וכו', דער רבי האט מסביר געווען אז דער ניגון איז מעורר נסים גלויים.

דער רבי האט דערנאך אנגערופען הרה"ח ר' ברוך אייזענבערג שיחי' און געבעטען אנצוגרייטען עטליכע סארטען פרישע טאבאק, דער רבי האט מסביר געווען אז פארצייטענס האבן צדיקים גערויכערט טאבאק, מקטיר געווען קטורת, און חסידים האבן געזאגט אז פון דעם קען מען נעמען השפעות אויף פרנסה, אזוי ווי דער קטורת שמעשרת את בעלי'. דער רבי האט געהייסען ר' אייזיק זאל דאס אפנעמען אויף דעם וועג אין אפיס, און זאל געבען פאר די זשאנדארען צו שמעקען.

אנקומעדיג אין אפיס, האט ער געזעהן אז זיי האבען שוין איבערגקערט דעם גאנצען פלאץ מיט אלע files, און זיי האבען נאך גארנישט געפונען ווייל אלעס איז געווען אין זיין פריוואטע אפיס, ווען ער האט גע'עפענט פאר זיי די טיר, האבען זיי אנגעהויבען בודק זיין די אלע שאפע'ס, ווען זיי זענען געקומען נאנט צו די שווארצע ביכער, האט ר' אייזיק שנעל ארויסגענומען די טאבאק און זיי געפרעגט אויב זיי ווילען עס שמעקען, ס'איז פריש געמאכט.

אזוי ווי ער האט ער געגעבען פאר דער הויפט צו שמעקען, האט ער אנגעהויבען צו היסען און ניסען, ער האט נישט געקענט אויפהערען, ער האט אזוי שטארק און ווילד געניסט, אז ער האט געמוזט ארויסגיין אינדערויסען כאפען דאס אטעם, און זיינע חברה זענען מיט געגאנגען מיט עם. אדערווייל האט ר' אייזיק אויסגעליידיגט אלע שווארצע פאפירען און דערנאך ארויסגעגאנגען מיט א טרינק וואסער צו זעהן וואס חברה מאכען, ער האט זיך אנטשולדיגט אז דער טאבאק איז געווען זעהר פריש.

פארשטייט זיך אז ווען די חברה זענען צוריק אריין געקומען איז שוין נישט געווען קיין זכר פון גארנישט, און זיי האבען גארנישט געפונען, זיי האבען זיך אנטשולדיגט פאר זיין צייט, און זיי האבען עם נאך געגעבען כתב אישור צו שיקען צו HP אז זיי האבען עם שוין אינטער געזיכט און אז די מסירה איז פאלש.

ערשט יעצט האט ר' אייזיק פארשטאנען פארוואס דער רבי האט געזינגען דעם ניגון, די מאמע האט געהייסען "ניסעלעך" אפרייסען, ניסעלעך האט ער געמיינט דעם גוי'ס שטארקע היסען און ניסען, וואס האט עם ממש געראטעוועט.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2005 20:33 לינק ישיר 

aha



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2005 20:54 לינק ישיר 

הער מיך אויס די געוועזענער באבאבובער איך האלט אז די האסט זעהר א שיינעם טעלענט און שרייבען, מ'זעהט אוי דיין שרייבן אז די ביסט זעהר א קליגע מענטש, איך מערק אויכעט אז די ביסט זעהר שטארק מדקדק און יעדע קליינגייט, איך גלייב אז רוב ליינערס ווערן שטארק נתפעל פון דיינע פערל ווערטער ס'איז מתוק כדבש, אי גלייב אז אזיין מומחה ווערט מען נישט איין נאכט מסתמא האסטו דאסגעלערנט ביי אן מומחא כגון הרה"צ רב"צ שליט"א איך גלייב אז ער האט דיך דעמאלט געוויזן שווארץ אויף ווייס , ווי מען פארקויפט מופתים אויף זיין ברידער , איך האלט אז די האט געפראווט י טעסט 100% , און קענסט בעטן דיין רעבן אן דיפלומא, און מן הסתם קען ער דיך ערלעדיגן א פרנסה און כתה א' און אז די ביסט קליג גיי שנעל און לוי צו י הצלה אוקשן ון ויף די לינקע זייט ווארף אריין 3 דאללער וועסטו געווינען די אלע דארלינגס און געימס צו געבן פאר די קינדער.

נ.ב. דיינע ווערטער פון קנאה ושנאה איז א נארמאלע זאך ביי דעפרעסטע מענטשען, גיי נעם פיל'ס וועלן זיך אייערע נערווען בארוהגען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > די מעשה האב איך געהערט פון ר'שמואל עקיבא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext