און קורצן.
די ערשטע נאכט איז דער בימ"ד געווען געפאקט מיט אנ"ש און מיט געסט פין טאראנטא, לונדון, אנטווערפען, בני ברק, ירושלים, ביתר, אשדוד, מונסי, און ווימס"ב.
אלע תפילות איז געווען אן טויזענט קעפיגער עולם.
די שיינע טישן מיט די פערל ווערטער ביים תורה זאגן, די רבי'ס קריאת התורה, אקדמות, די שמייכל די שמחה פין רבי'ן און פין די עולם, די רבינ'ס הלל און תפילות, די ווארעמקייט און היימישקייט די נעילת החג און באגלייטן, מורי ורבותי מ'דארף שוין ארויסגעבן נאך אן 'חצרות קדשנו', ס'אי געווען מורה'די שיין, אסאך פין די געסט האבן נעכטן ביינאכט פארלענגערט י טיקעס אויף ביז נאך שבת.
נשלח ב-15/6/2005 17:16
אגויסן יישר כח!!!!
מיר ווארטן שוין 40 שעות זייט די יו"ט איז ארויס ביי אונז, צו הערן אביסל וואס איז געווען אין יו"ט.
פליז, אויב מ'קען אביסל מער באריכטן, מער אויף פרטים.
וואס מיינסטו מיטן רבין'ס שמייכל נאך אקדמות?
נשלח ב-15/6/2005 18:13
keep on waiting the people who made a fire of a machlokis will pay for it...
נשלח ב-15/6/2005 18:22
הלו! האסט נישט אנדערש וואס צו זאגן?
דער וואס קען מער צו באריכטן אויף יו"ט אין באבובע הויף ביים רבי'ן שליט"א, זאל ביטע שרייבן. למה נגרע?
נשלח ב-15/6/2005 20:12
NO ONE IS ASKING FOR MONEY .WHAT DO U MEAN THEY WILL PAY FOR IT?ONLY BENTZION ASKS FOR MONEY
נשלח ב-15/6/2005 21:12
The one who made the fire was BZ and Co
נשלח ב-15/6/2005 21:37
ליל א' דיו"ט איז דער גאנצע עולם אינזערע, סיי די וואס דאווענען מיט אינז איעדע וואך, און סיי די וואס דאווענעןבשאר בתי מדרשים הפזורים בעיר, און בפרט די צעהנליגע געסט פון די גארע וועלט [מונסי, ווימס"ב, טאראנטא, לונדון, בני ברק, אנטווערפען, ירושלים, אשדוד, בית שמש, אלעד, ביתר]. אלע זענען זיך צוזאמען געקומען דאווענען מיט אינזערע טייערע מנהיג אין גרויסן רבי'ן, דאס ביהמ"ד אז געווען פיל געפאקט מן הקצה אל הקצה לאורכה ולרחבה, ביי מעריב ווען די עולם איז געזעצן זענען אלע 'אייל'ס'[מעברים] געווען אהנגעשטאפט מיט אנ"ש, ס'האט מיט געדאווענט אן 8-900 קעפיגער עולם, דאס בימ"ד איז געווען הערליך באצורט מיט בלימען און כתרים לכ' יו"ט, און בפרט העכער דעם רבי'ן עפעס זעהע זעהר שיין און אזוי האט מען צוגעלייגט פריוואטע עיר-קאדישנס צו האלטן קיהל דאס פלאץ,
אקיצור דאס דאווענען איז געווען מיט א ברען אין גרויס התלהבות ס'האט זיך אויף אלע יינגעלייט אהנגעזעהן דעם שמחת יו"ט,
זעהר א לאנגע צייט האט גענומען ביז ר"ש [להלן; רבינו שליט"א] האט געוואונטשען יעדן איינעם 'א גיט יו"ט'.
12:20 איז ר"ש אריינגעקומען צום טיש, דער טיש איז געווען ספעציעל אויסגעשטעלט צו קענען דערהאלטן דעם ריזן ציבור, אין מיט דעם אלעם איז דער געדרעגעניש געווען אין לשער, אין אזוי האט ר"ש גפירט דעם טיש ביד רמה, געטיילט לחיים, געזאגט חידושי תורה לכ' יו"ט, און געזונגען יו"טדיגע ניגונים, דאס שמייכל פון רבי'ן צו יעדן, דאס שמחה פין עולם דאס אללעס צוזאמען איז געווען אן שטיק דערהויבנקייט ביים טיש וואס האט זיך געצויגן ביז נאך 3:00 אזיגער פארטאג'ס!
שחרית יום א' האט מען אגעהויבן 10:00 אזייגער אינדערפרי, ר"ש איז אריינגעקומען מיט'ן גאנצן פראכט אין צוגעגאנגען צו זיין פלאץ, און אזוי ווי ביינאכט האט זיך בייטאג אויכעט איבערגעחזר'ט דעם זעלבן ריזן עולם , דער טאפ איז געווען ביים הערן אינזער טייערן רבין וואס זיצט אין לערנט גאנצע נעכט אין איז א שם דבר מיט זיין התמדה אין גאונות, זעהן ווי ער איז מקבל דעם תורה, דאס מעמד און דאס שטילקייט וואס איז געווען בשעת ר"ש האט פארגעליינט די הקדמות אין די קריאות עשרת הדברות כמנהג רבותינו הק' מבאבוב זי"ע, אז געווען דער טאפ פין דעם יו"ט, נאך שחרית האט ר"ש געמאכט קידוש און גערעדט חידושי תורה כמנהג רבותינו מבאבוב זי"ע, און געטיילט לחיים פארן עולם אין אזוי אויכעט פערזענליך צוגערופען אפאהר בחורים לפי הבנתו איןזיי אליינס איבערגעגעבן די לחיים גלעזל.
און ביינאכט איז ר"ש אריינגעקומען צו מעריב [ווייל ר"ש האט געדאווענט מנחה גלייך נאכן טיש אינדערהיים כמנהג רבותינו מבאבוב זי"ע] און אויכעט יעצט איז דער גאנצע ביהמ"ד געווען אהנגעפקט מיט אנ"ש, און אזוי אויכעט ביי די טיש'ן און שחרית יום ב'.
אויכעט ביים קידוש יום ב' האט ר"ש אזוי ווי יעדן שבת געזאט תורה כמנהג רבותינו. כדאי צו באמערקן אז הרב דוד דאנקאנא ני"ו פין טאראנטא האט יום ב' שחרית מיטגעדאווענט מיט אינז.
אזוי אויכעט איז יום ב' געווען אינטן ין זאל געווע צוגעגרייט א שיינעם קידוש פאר די נשים , אין דער גאנצע גאס אויבן אז געווען א פארקינג לאט [חניה] פאר די וועגעלעך.
נאכמיטאג האט ר"ש געפירט טיש אין ביי די גאנצע טיש ביים עסן האט ר"ש געזעהן מ'אל זינגען עם ניגון בני בני, איך דארף מקצר זיין אבער ס'אי געווען זייער שיין
אוי אויכעט ביי נעילת החג איז געווען זעהר שיין איך וועל ביינאכט ממשיך זיין.
נשלח ב-16/6/2005 00:27
דער שיעור קללה:
קשיא: והא איכא אונס שינה???
איז ר' עובדי' יוסף מסביר דער קשיא...
"יו"ט צו פרי האט זיך אונגער אריינגערוקט קרוב צו 11 אזייגער צום דאווענען - זמן תפלת שחרית איז געווען באשטימט אויף 10 אזייגער - הרב רובין באטשי איז געשטאנען און געקלאפט אויף דעם זייגער'ל - אבער אין קול ואין בונה - דער רבי פשוט - ער פאפט???
איז ר' יוסף ענגעל מסביר - אז היות דער אונגער איז געגאנגען פרי שלאפען - ער איז דאך אנטלאפען פון תיקון 2:55 - האט מען זיך געראכטען אז כאטש 10 אזייגער וועט מען עם קענען אפגעזעגענען פון בעט - כעדותו של אשתו הרבנית - ולא עלתה בידה...
זאגט אויף דעם דער פני יהושע רובין - אז מ'קען ברענגען א ראי' - דלא כאסמכתא ודלא כתופסא דשטרא - אז זיין ברא כרעי' דאבוהי - חיים בן ציון איז דעם צווייטען טאג אליין אריין געקומען 10:45 - איז א קיימא לן - אז מעשה אבות סימן לבנים...
פירט אבער אויס ר' שלמה זלמן גארדאן - א היות חז"ל האבען אייגעזעהן אז ווען מ'גייט שלאפען פרי העלפט עס כאטש אביסעל - האבן זיי דעם צווייטער נאכט מתקן געווען אהיים צו גיין פון טיש 1:55 - כדי די קליינער קינדער זאלען קענען איינשלאפען פרי - און אויפשטיין לפי ערך באצייטענס...
נשלח ב-16/6/2005 00:47
GO BACK TO MR YOUNG THE FARBITTERER
נשלח ב-16/6/2005 00:49
כל הכבוד DOVID YIDA
לייג דיין חכמה אין יעדער אשכול.
דער ענטפער צו דיין תגובה איז געווען דעם יום טוב אין 45
לכבוד הנקרא דוד יהודה (הרי כולם יודעים השם האמיתי שלך) וכל השוטים שכמותך,
אני התפללתי שם בבוקר ביום א' שבועות ואני הגעתי בשעה 10:01 ורבינו שליט"א כבר הי' שם, וכנראה שמי שאמר לך את הסיפור לא ישן הרבה בלילה ולא הסתכל טוב בשעון שלו,
לכן בפעם הבא לפני שאתה כותב תברר טוב את הסיפור
מאת חבירך ליבוש לאנדא האוהבך מאד ומצפה לרפאותך בקרוב
נשלח ב-16/6/2005 04:21
הנה ההמשך.
יו"ט שני איז רבינו שליט"א [ר"ש] אריינגעקומען 10:15 [נאכן זיך באטייליגן ביי די לווי' פין קרענגל ע"ה] אין כמעשהו בראשון כך מעשהו בשני אין דאס פילן בימ"ד האט געדאווענט מיט א ברען אין התלהבות [כידוע ווי דער חסידישער יינגעלייט דרייען זיך], אין בפרט ווען ר"ש האט געדאווענט דעם מוסף מיטן ברען אזוי ווי די לעצטע יאהרן ווען רבינו הק' איז געווען שוואך.
ביינאכט נאך מנחה איז דער גאנצע עולם ארויף אויף די פארענטשס. די פארענטשעס דעיע מאהל זענען געווען אויסגעלייגט אויפן גאנצן בימ"ד מקיר לקיר ס'האט זיך נישט געגלייבט אז דאס וועט זיך אמאהל אהנפיהלן, אבער דער אייבערשטער פירט אן וועלט, אין ביז אפאהר מינעיטן האבן זיך אלע זיצפלעצער אהנגעפילט מיט זקני וחשובי העדה אין אזוי אויך די פארענטשעס ממש געפאקט, מ'האט זיך זעהר שטארק געשטיפט, אין ר"ש האט אנידער געזעצט אין אנגעהויבן צו מכבד זיין די רבנים אנצוהייבן די ניגונים לכבוד נעילת החג, דער עולם צוזאמען מיטן רבין האבן געזונגען מיט גרויס ווארם קייט דאס זינגען האט שטארק אפגעהילכט אין די גאנצע אומגעגנט אין אזוי האט ר"ש כסדר מכבד געווען נאך און נאך רבנים מיט ניגונים, אינמיטן האט מען געברענגט וויין און ר"ש האט געטיילט לחיים און ווען ר"ש האט געזעהן א פרעמד פנים האט ער זיך גלייך נאכגעפרעגט אויף עם און נאכגעשוקט לחיים, און אזוי אויכעט האט ר"ש געשוקט לחיים פאר אלע געסט פון חו"ל, אויכעט אסאך בחורים האבן פערזענדליך בייקומען לחיים [ר"ש איז זייער אריינגעמישט אין די ישיבות און אזוי ווייסט ער ווער דארף חיזוק וכדו'], און נאכדעם האט ר"ש געוואונטשען לחיים פאר יעדן איינעם ממקומו, און זיך אהנגעשטרענגט צו זעהן פון די ווייטן ווער צו שטרעקט אויס די האנד פאר לחיים, אין אפי' פאר קינדער ענטפערט ר"ש פאר יעדן איינעם "לחיים טובים ולשלום" מיט אזיין לעכטיג פנים און אזיין פרייליכן שמייכל דאס ליבשאפט וואס צולאזט אונזערע הערצער, און נאכן ענדיגן געבן לחיים האט ר"ש ארומגערעדט אינם ענין פין נעילת החג, און דערנאך האט מען ממשיך געווען די התעוררות מיטן זינען די הייליגע ניגונים,
נאך מעריב האט דער גאנצע קהל אלפים באגלייט רבינו שליט"א אהיים, ביי 46 סטריט, אז ר"ש געגאנגען דורך 16 עוועניו, ניט וועלנדיג אויפרעגן אנשי רב"צ, אבער דער עולם האט ממשיך געווען גראד צו בית ר"ש אויף 50 סט. מיטן ממשיך זיין צו זינגען 'קול רינה וישועה וכו'', אבער אהנקומענדיג פארן בימ"ד אויף 48 סט. זענען אלע שטיל געווארען אין אריבער געגאנגען אהן צו זינגען, כדי נישט צו צושטערן אנשי רב"צ פין זייערע נעילת החג, און א בלאק שפעטער צוריק אהנגעהויבן צו זינגען אין ר"ש איז אהנגעקומען און מען האט עם באגלייט ביז'ן הויז און ר"ש איז ארויף אויבן און פין דארט שיין אהנגעוואונטשן די עולם , און דער עולם האט זיך ארויסגעלאזט אין אן טענצל אין דערנאך אהיימגעגאנגען,
כדי צו באמערקן אז אסאך געסט האבן נעכטן נאכט פארלענגערט דעם טיקעט כדי צו קענען פארברענגען נאך אן שבת במחיצת קדשו.
נשלח ב-16/6/2005 08:06
איך פארשטיי נישט פארוואס מען האט נישט געליגט מער טישן ביי די נעילת החג, אז מען האט געזען די ערשטע נאכט אז מען קען נישט אריינשטופען א נאדל האט מען געדארפט צולייגען מער פלעצער.
באמת איז די שאלה וואס וועט זיין תשרי, אויב די 130 ביי 70 פיס האט שוין נישט געקלעקט אויף שבועות.
צר לי המקום.
נשלח ב-16/6/2005 15:02
I GUESS WE WILL JUST HAVE TO TAKE BACK THE 48 STREET B"H FROM THE GANOV
נשלח ב-16/6/2005 15:06
I think that 48 will also be to small
נשלח ב-16/6/2005 17:02
בתשרי לא חושבים כבר להיות ב48? האם הדין תורה אמור להימשך אחרי ימים טובים.
גם אם לא יקבלו את 48 בד"ת, ברור שאחרי הפסק לא ישארו במקום לא מקום זה.