ווער קען רעכענען, ווער קען ציילען...
איך גלייב אז איין טעם (נישט דער איינציגע) פארוואס ס'איז ליידער דא אזא געפערליכער שנאה אויף 48 צו אנשי רמ"ד איז צוליב די צענדליגע שקרים וואס אא"ל וכת דילי' שפרייטען אין ביהמ"ד מדי יום ביומו.
לויט ויי איך זעה זייער סטייל איז יעדע שטיק וואס זיי טוהן, פארקויפען זיי תיכף אז צד רמ"ד האט געטוהן. ליידער, איז דא א גרויסער עולם, נישט נאר תמימם נאר אויך אזעלכע וועס האלטען זיך פאר חכמים, וואס קויפען אלעס איין.
1. ראש וראשון איז געווען אז זיי האבען געוואלט גיין צו ד"ת און צד רמ"ד האט נישט.
יעדער וואס האט אפענע אויגען קען דאך זעהן אז א איד וואס וויל זיך שטעלען צו ד"ת אויף א סכסוך כאפט נישט מיט גארדס און פאליציי אלע נכסים און שרייט נישט "אבער כ'האב נישט באקומען קיין הזמנה".
2. מ'האט קיינעם נישט געשלאגען און מ'האט קיינעם נישט ארויסעווארפען. די צענדליגע עדי ראי' זענען שקרנים.
3. דער פרשה וואס זיי האבען אנגעמאכט מיט דעם דשערנאל און אהן קיין שום בושה דאס ארויף געלייגט אויף אן אומשולדיגע יונגערמאן.
4. לאמיר שפרינגען צו ב' שלח - "דער שופט האט ארויס געווארפען זיין פסק פון פרייטוג און האט געזאגט אז ב"ד מיז זיך זעצען ביז 24 שעה". "דער שופט האט איז געווען מלא כעס אויף אנשי רמ"ד". "ב"ד האבען גערופען צו ד"ת און צד רמ"ד איז נישט געקומען". וכו', וכו'. אויף דעם פעלט נישט אויס צו קאמענטען - ס'איז מביא לידי גיחוך.
דאס איז נאר א התחלה - זאל דער עולם מרחיב זיין.
אפשר וועט קומען א צייט ווען דער עולם אין 48 וועט זיך כאפען ווער זייער פוהער זענען.
 |
|
|