וואס איז טאקע געווען די כח פון ערשטן רב זי"ע, גיין אויפן פלאץ פון זיידן, בזמן זיינע גרויסע פעטערס האבן געפירט.
אין גליון "בחצרות קדשינו" שרייבט מען אז זיין כח איז געווען מיט יונגע בחורים.
אבער ווי אזוי איז דאס אדורך געפירט אין גאליציא אין יענע צייטן?
נשלח ב-7/7/2005 19:53
סים,
איך ווייס נישט וויפיל חסידים דער צאנזער רב (דער דברי חיים) זי"ע האט געהאט, צו ס'איז געווען הינדרעטער צו טויזענטער. אבער נאך זיין פטירה האבען זיי זיך צושפרייט אויף אסאך אנדערע מקומות. מסתם האבען אלע זיינע קינדער (זון און איידעמער און אפילו אייניקלעך) באקומען א חלק פון די חסידים, איינער מער איינער ווייניגער. ס'קען גאר זיין אז די מערסטע האט באקומען א אייניקעל - דער ערשטע רב ז"ל.
נשלח ב-10/7/2005 18:56
איך האב שוין פרייטיג צוגעהערט דעם רבין'ס דברות קודש אינעם טיש פון יארצייט, ס'איז ממש לעילא ולעילא מכל ברכתא ושירתא.
איך שרייב עס נישט אלס הסכמה, דער רבי שליט"א דארף נישט אנקומען צו מיין הסכמה, איך ברענג ארויס נאר מיין געפיל.
ס'איז עמוק בחסידות ובדרוש, אין מעורר הלבבות לעבודת ה' טהורה, אין בדומה לו.
נשלח ב-10/7/2005 20:19
סים
עס איז דא גוטע רעדנערס אין תלמידי חכמים אין די גאנצע וועלט, די שאלה איז וואס האט דאס צו טון מיט זיין באבובער רבי?
נשלח ב-10/7/2005 20:39
סים,
די עסקנים האבן אפגעדונגען היי יאהר אן הערליכע ריזיגע קעמפ, די קעמפ האט 3 גרויסע בתי מדרשים, און די קעמפ איז צוטיילט אין 3, די משפחות, שלווה, און קעמפ מתיבתא,
רבינו פאהרט אויכעט ארויס אהין- די וואך
נשלח ב-11/7/2005 18:01
ר' הלברשטאם.
ס'איז נישט אן ענין פון אגיטער רעדנער אין שיינע ווערטער, ס'איז אסאך העכער פון דעם.
איך האב שוין געהערט אסאך דרשנים אין ת"ח, איך האב אסאך געהערט וועלטס רעדנערס, איך האב שוין אסאך געהערט פייערדיגע דרשות פון גדולי המשפיעים פון חסידות אין מוסר.
אין איך זאג מיין דעתי העני' אז אזא זאך איז נישט בנמצא, ס'איז נישטא אן איבעריגע ווארט, ס'איז אלעס געבויט מיטט אמתדיג, מיט אלטן וועג, אין ס'איז נישט אדמיוןדיגע התעוררות וואס האלט זיך לשעתו, ס'איז מעורר לשעתו ו8לעתיד, ווייל ס'איז טיף אין אמת אויפן גאר אלטן שטייגער.
דאס וואס ענק ווילן פארקויפן אז די פריעדגע באבובע רביס, זענען נישט געווען אזעלכע הויכע מענטשן, ס'איז נישט שיין פון אייך. איך בין נישט קיין ריכטיגער באבובער, ס'הארט מיך נישט אזוי שטארק, אבער איך מיין אז ס'איז נישט יושר צוליב נידרגקייט פונם היינטיגן,זאגן אז אלעמאל זענען די באבובער רביים נישט העכער געווען.
"דור תהפוכות המה" מתחת לכל רמה וענין. וד"ל.
נשלח ב-11/7/2005 20:22
סים
איך שריי שוין דאס א גאנצע צייט אז זיי זענען לכבודו פון רב"צ מבזה די פריעדיגע באבובער רבי'ס זצ"ל.
עס איז א חרפה מיט א בושה.
נשלח ב-11/7/2005 22:06
סים
ממילא וואס איז?
דאס מאכט איהם באבובער רבי? באבובער רבי מיינט אז די ביסט א זון פון באבובער רבי.