די וועלט האט די שבת אויפגעטרייסעלט ת"ק על ת"ק אמה פין די שרעקליכע אקט און שוידערליכע און מיאוסע פארלאנג פין די באקאנטע פאלשע 'טוויאק' פין דער נידעריגע בריה, דער שפל ונבזה און אינטערגראבער פין באבוב פאר זיינע פריוואטע אינטערעסן, אברהם אהרן לעזער, וואס האט פארלאנגט די מעדיקאל רעקארטס -נישט מער און נישט ווייניגער- פינם רב ז"ל אינם טאג שהמליכוהו ר"ח אב תש"ס שרייענדיג אז ער האט דעמאלט שוין נישט געוויסט בחייכון וביומיכון וואס ס'טוט זיך ארום עם " ר"ל.
די עולם אין בימ"ד איז געווען שאקירט פין די ביליגע פארשוועכונג, און די מעשה נבילה וואס איז געטוהן געווארן דורך איינעם וואס טוט "אונז" אפטרעטן ביים בי"ד, אפי' די דיינים ביים בי"ד האבן זיך נישט געגלייבט זייערע אויערן, און געזאגט אז זייערע הענט צוטערן צו שרייבן אזיין בריוו בשם בי"ד און דורך דעם מבזה זיין דעם איש קדוש וטהור זצ"ל,
וויאזוי קען מען דען פארשווייגען אויף אזיין חילול ה' וואס אינז האבן א יד אין דעם, וויאזוי קען מען דען אזוי רעדן אויף דעם צדיק וואס די וועלט האט געציטערט פאר זיינס אן ווארט, אלפי אלפים רבבות בני ישראל וואס זענען אריין צו עם האבן דאך געזעהן די בחינה פין "יוצא מפיו יעשה" , אין די גאנצע וועלט איז ער געווען אהנגענומען אלס אן קדוש וטהור, און וויאזוי האט דער נבזה זיך דערוואגט אזוי צו רעדן?
אוי וויי א רחמנות אויף עם ווייל מרה תהי' אחריתו, איך בין נישט מקנה אין די שטראף וואס ווארט עם זיכער אפ פאר די משונהדיגע חוצפה,
און וואסארא פנים האבן מיר? אז אונזער שליח צום בי"ד רעד אזוי מיאוס אויפן רב ז"ל, ס'איז דאך ביזוי בזיונות!, וואס דארפן מיר יעצט טוהן? אז דער שפל וגס רוח, דער וואס פארשעמט און לייגט צו שפאט אונזערע קהילה און די גאסן, יא ער, טאקע ער , ער איז אונזערע שליח-ציבור צו די שענסטע תפילות און יום טוב!! וויאזוי קען זיך דאס גלייבן?
און אונז זאגן נאך אז די סיבה פארוואס אזיין עולם האט אינז אפגעלאזט איז ווייל מ'האט זיי "נעבעך" איינגערעדט אז רבינו שליט"א גייט אפמעקן די רב ז"ל פין די באבובער היסטוריה,
מען האט אין בי"ד נאכנישט גערעדט קין איין שלעכט ווארט אויף מהרנ"ץ אז צבי ארי' האט אנגעהויבען צו זאגען וואס ער האט געזאגט האט אאל לעזער געזאגט אז בי"ד זאל בעטען די רעקארדס פון שפיטאל צי וויסען זיין געזונט צושטאנד ר"ח אב תש"ס אדרבה אויב איז אלעס גיט פארוואס איז דאס א בזיון מען וויל דאך נישט זעהן אויב די הענט האט עם געטרייסלט צו נישט מען וויל דאך זעהן צו ער האט נאך געהאלטן קאפ
איך האף עטס פארשטייט אז צבי ארי' וועט טענה'ן אין בי"ד אז אאל האט עפעס געגנב'ט פון מהרנ"צ אין ברענגען א שטר אז דער בנין איז אמאל געווען אויף באבוב'ס נאמען אז אאל זאל זיך ציריק האלטן אין נישט ענטפערען דברים כהוויתן אין ארויס נעמען די שטר וואס מהרנ"צ האט עם געשריבען געב מיך צען פראצענט אין איך וועל סיינען אז די קענסט דאס איבער שרייבען אויף דיין נאמען וואס כידוע קען מען נישט איבער שרייבען נכסים וואס זענען אויף ציבור'ס נאמען אן א אינטערשריפט פון אטורני דזשענערעל ,וואס דארף געסיינט ווערען פון די גאנצע בארד אז מען האט מורא פון די תשובות טאר מען נישט ארויסברענגען די קשיא, מען וועט נישט פארלאנגען פון אאל אז מען זאל זאגעןזאכען אין מען זאל וועלען ארויס נעמען פון עם געלט אין ער זאל גארנישט ענפערען
ממילא אויב עמיצער וויל נישט ארויפברענגען טונקעלע הסטורי' זאל ער נישט פרעגען קשיות וועגען יענע געלטער
אונז וועלען קיינמאל נישט מרצון הטוב פארשוועכען די כבוד פונעם הייליגען ברידער אאל האט אויף דעם קלארע הוראות פון רבינו שליט"א ווען ער וועט געצווינגען ווערן זאג איך דיר שוין אז די וואלסט געטון דער זעילבע זאך
תוקן על ידי - הרמןרינהלד - 25/07/2005 4:09:14
נשלח ב-25/7/2005 07:11
לכתחלה האט מהרנ"ץ געוואלט אז ער זאל פיהרן איין שבת און דער ברודער די נעקסטע אא"ו
נשלח ב-25/7/2005 17:42
אלס א זייטיגער צוקוקער וועלכער פאלגט נאך די אנטוויקלונגען אין פארשידענע קהילות וואונדער איך זיך פארוואס מען זאל אויפגעשוידערט ווערן אז א חסיד פארלאנגט מעדיקעל רעקארדס פון זיין רבי'ן.
אין די סאטמארער קהילה שפילט זיך אפ א שרעקליכע נבלה ווען אייניקלעך קלאגן א זיידן אין בית המשפט און פארלאנגען ער זאל אויפטרעטן פערזענליך פאר'ן שופט ער זאל אים אויספרעגן צו זען אויב ער איז ביים אייגענעם דעת (רח"ל).
איך זע נישט אז עס זאל איינעם אזוי אויפשוידערן.
און דאס איז זיכער אז וויבאלד דער נישט סאטמארער ציבור זאגט נישט קיין ווארט דערקעגן, וועט דער זעלבער (אדער נאך ערגער) מהלך אנקומען צו יעדע קהילה!
נשלח ב-25/7/2005 21:56
Don't try this hype on us, it's not working. And there's nothing unreasonable about the request.
נשלח ב-27/7/2005 19:42
איך האלט אויך אז אא"ל האט רעכט צו בעטען די רעקארד'ס, און ווי איך פארשטיי האט מען אים געזאגט אז מען איז עס גרייט צו געבן, ער מוז נאר אונטערשרייבען א בקשה אז עס וויל די רעקארד'ס, אין זיי געבן עס אים בחפץ לב.
משום איזה סיבה וויל ער נישט אינטערשרייבען דעם בקשה.
איך גלייב נישט אז עס קומט פון בושה ווייל איך קען אים.
פון דא קומט ארויס א רוף צו אא"ל שרייב אונטער א בקשה אז די ווילסט די רעקארד'ס ווייל איך וויל שוין איינמאן פאר אלעמאל זען וואס איז מיט ענקער שקרים.
נשלח ב-27/7/2005 20:07
YOURE GOING OFF ROUTE
WHAT 'POPCORN' WAS SAYING BEFORE WASNT THAT GIVING THE MEDICAL RECORDS IS A PROBLEM THATS NOT THE POINT
THE CHITZPAH FOR ASKING FOR MEDICAL RECORDS FROM THE RUV Z"L OF THE LAST FIVE YEARS AND TRYING TO SHOW THE PUBLIC THAT HE WASNT BEIM DAAS IS A BIG BISHA AND A VERY BIG BISHA
A.A.L. IS ASHAMED THAT THE WHOLE WORLD WILL SEE ON PAPER THAT HES TAKING THE RUV Z"L AND TRYING TO WIPE HIM OFF THE MAP, THATS WHAT THE WHOLE GROUP ON 48STREET HAVE BEEN TRYING TO DO THE WHOLE TIME
BUT PUTTING IT ON PAPER THATS TOO MUCH FOR HIM
נשלח ב-27/7/2005 20:21
ha-ha-ha they are writing in bobov besifartoe and no one responding to them what a joke there forum is ,nebech -nebech-nebech
נשלח ב-27/7/2005 20:55
Reinhold and Goldberg
נשלח ב-27/7/2005 22:14
For those who don't know or don't want to know, Reinhold and Goldgerg are the names of the two Bobover families who suffered horible tragedies in the past two weeks.
Have pity on yourselves and on your children and stop this!
נשלח ב-27/7/2005 23:35
For those who don't know or don't want to know, Reinhold and Goldberg are the names of the two Bobover families who suffered horible tragedies in the past two weeks.
Have pity on yourselves and on your children and stop this!
Tell me, are you sure that you will not be the next victim?
נשלח ב-29/7/2005 06:59
מיין כוונה מיט די מחאה אקעגן די ענין פין די מעדיקל רעקארדס איז זיכער נישט אויף די מעדיקל רעקארדס נאר אוודאי האב איך געמיינט דער
כוונה אינטער די בקשה וואס אלע פארשטייען גאנץ גיט וואס דער רשע האט געמיינט ארויסצוברענגען און פין וועמען האט ער געוואלט חוזק מאכן, מיין איך דען די רעקארדס? איך מיין די משונה'דיגע חוצפה!
נשלח ב-29/7/2005 10:42
אויב איז ער געווען אזא איש קדוש , איז דען א חילוק צו ער איז געווען ביים דעת , די אלע מופתים וואס האבען זיך געוואלגערט , האבען די אלע מענטשען פארציילט אז זיי האבען געזען אז ער איז געווען ביים דעת , אדרבה רוב מענטשען האבען געזען אז ער ענטפערט נישט אויף די וועלט , נאר גראד אין הימל , אין שכינה מדברת מתוך גרונו , מיט ישעות ורפואות.
אברהם אהרן האט דאס צירוק געטענ'הט ווען מהאט עם געזאגט זאכען וואס מהרנצ האט געזאגט , האט ער געזאגט אז סתם דברים של מה בכך , אויף דער וועלט, איז ער נישט געווען מסוגל צי רעדן, (אדרבה לאמיר זעהן וואס די מעדיקאל רעקארד'ס זאגען) אבער ענינים לגבי פועל ישועות זיכער יא אין ממילא זעה איך נישט די חוצפה אדרבה מער חוצפה איז מועל צי זיין בקודש אין זאגען אז ער האט עפעס געזאגט לגבי גורם זיין מחלוקת אין גילוי דעת
איך אליין בין אריין איך האב געהאט א זין צי אפערירן אויפן פיס אין דוקטורים האבען חושש געווען אפשר נישט צו אפערירן ווייל סאיז שייך א סכנה אז דער פיס זאל נישט קענען וואקסען , אין אנדערע דוקטורים זענען געווען מחולק , נישט וויסנדיג ווי אזוי מחליט צו זיין בין איך אריין געגאנגען צום רב וויסענדיג אז ער איז נישט ביים דעת אויף דער וועלט אפ"ה האב איך געוויסט אז ער איז בבחינת אורים ותומים , ווען איך בין אריין האט ער תיכף געשריגען בקול גדול עלי ועל צוארי איבער אין איבער עלי ועל צוארי אין נאכדעם אנגעשריגען ברוך חנא פארוואס משטערט עם האט ברוך חנא זיך ציגעבויגען אין געפרעגט אבער וועלכע וועג איז די ריכטיגע וואס דער רבי נעמט על צאוריו ער האט מער גארנישט געזאגט בין איך ארויס האט ברוך חנא מיר געזאגט אז ער וועט פרעגען שפעטער ביים שפאצירען אין טאמער איך וועל נישט זיין וועל איך זאגען ר' ליבל האמער זאל פרעגען לאז איבער אנאמבער ווי מען קען דיר כאפען , באלד ווען איך בין ארויס ריפט מיר ב"ח ציריק אין ער זאגט מיר אז ווען איך בין ארויס האט ער געפרעגט דעם רב וואס איך זאל טון האט דער רב גענטפערט איך האב שוין געזאגט האט ב"ח געזאגט דער ערשטער וועג אדער דער צוויטער וועג האט דער רב געהויבען דער פינגער אין געזאגט "איין באשעפער ווייס אבער אז איינס איז איינס עלי ועל צוארי" ממילא האב איך שוין געהאט מיין תירוץ וכן הוה מ'האט געמאכט די אפערעישאן אין איך האב געדארפט אינטערשרייבען אז טאמער אדאנק דעם וועט ער נישט קענען וואקסען וועל איך נישט קלאגען דעם דוקטור אין לפלא איך בין א נידריגע און מיין בני בית איז אויך אין אין די לעצטע צוויי יא ראיז מיין זין געוווארן העכער פון מיר
אפ"ה האלט איך וואס איך האלט היינט אין איך פארשטיי נישט די חוצפה פון אאל