בית פורומים באבוב

כאפטס אריין נאך זכותים ביז ר"ח

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/8/2005 04:44 לינק ישיר 
כאפטס אריין נאך זכותים ביז ר"ח

ר"ח איז שוין אט באלד דא

היות מאנכע האבן זיך גענימען דא פאר א הייליגען ציל מבאיש הריח זיין רבינו רב"צ שליט"א אז ער קען נישט קיין לערנענן נעמט נישט אויף שיין קיין מענטשען זאגט נישט קיין תורה וכילו וכילו אי אפשר לפרטם כי רבם הם

וואלט איך געוואלד דערמאנענן פארן עולם אז עס איז בסך הכל נאר געבליבען נאך צוויי טעג וואס מען קען אריינכאפן פין די גרויסע מצוה

ניצט אויס די צוויי טעג אלס הכנה דרבא פאר מיר גייען ארויף צים ציון הקדוש לבא להתפלל אל המלך שזכתו הגדול של רבינו הקדוש זי"ע יגן עלינו לאמיר ווייזן פאר רבינו הקדוש, קיק מיר האבן זיך נישט צי שעמען, מיר גייען אין דיינע וועגען מיר האבן געפענט א פורום אין הייד פארק וואס הייסט "באבוב" לזכר ולעילו נשמתך אין מיר באהנדלען דארט יעדן טאג בן רבינו שליט"א רב"צ אמאל אפן אמאל באהאלטן אבער מיר פארגעסן נישט פין רב"צ

לאמיר אנהאלטן בכל כוחו די הייליגע ירושה וואס רבינו האט אינז געגעבן אז מיר זאל זיין פארנימען ווי אויסגעשפילט יענער איז ווי דערפרעסט יענער איז מיט וואס קען מען יענם מצער זיין לאמיר זען ווי נאך מען קען משפיל רב"צ לאמיר זען אז דער הייליגער "פורום באבוב" וואס דאס איז געווען רבינו הקדוש'ס רצון אלע יארן אז עס זאל ווייטער טנגיין בכל תוקף ועוז

אזוי וועט מען קענענן האפן אז אילי אילי ווען מיר וועלן קימען צים ציון הקדוש וועלן אינזערע תפלות נתקבל ווערן לרחמים לרצון אין רבינו הקדוש וועט זיין דער ריכטיגער שליח צבור מעלה צי זיין אינזערע תפילות



תוקן על ידי - all5in1 - 04/08/2005 4:51:28



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2005 04:55 לינק ישיר 

היות מען האט מיר געפרעגט אין אישי היתכן עס איז דא נאך א פורום "באבוב בתאפארתה" וואס דארט רייסט מען ארינטער רמ"ד
היתכן איך שרייב נישט די זעלבע דרשה דארט אויך?

שתי תשובות בדבר

1,רמ"ד איז נישט קיין זין פין רבינו מוהר"ש זי"ע, איז די בישה פין פארשעמען אין דערנידערן כלפי רבינו הקדוש זי"ע נישט אזוי הארב, יא מען טאר קיינעם נישט פארשעמען אבער ווען די פארשעמסט דעם בן מלך אליינס איז די עונש פיל הארבער

2,"באבוב בתפארתה" בעצם שרייבן דארט נידריגע שרייבערס, יא איך בין מודה צי ביליג אין קינדעריש, אין נידעריג, מען זעט אז עס איז נישט דא קיין ערנסקייט דארט דא אבער איז אנדערש מען שרייבט נישט אזוי ביליג מילא אפשר וועט מיינע ווערטער העלפן,


תוקן על ידי - all5in1 - 04/08/2005 4:59:10



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2005 05:09 לינק ישיר 

איך האב שוין לאנג געזוכט דעם ספר וואס די ציוניסטען האבן, אז מען מען מעסט אפ יעדן מענטש ווער איז מער אין ווער איז וויניגער.
דאס איז נישט געווען דער דרך פון רב ז"ל, א יעדער יוד איז ביי עם געווען אייניג, אין דאס איז דער דרך וואס רבינו שליט"א פירט אונז אויף, אבער אז זיין פעטער ר' ב"צ איז אנדערש קען איך דיך נישט העלפן.
אפשר וואלט געווען א עצה זאלסט מתפלל זיין פאר עם דארט כאטש אין זכות פין זיין טאטען זאל ער נישט פארפירען אן עולם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/8/2005 05:17 לינק ישיר 

45Street

כ'האב הנאה אז די פארשטייסט מה חובתך בעולמו אין די זיכסט אליינס בפועל מקיים צי זיין די מצוה

אבער עס איז אבער עפעס זייער א קליינע תגובה אויף א מצוה קארגט מען נישט שרייב מער גרעסערע תגיבית אין מער אויפן מצות באקימט מען צירוק מן השמים קענסט זיכער אז וועסט באקימען באצאלט פאר דיין הייליגע מעשים מן השמים שרייב נאך

אשרי לך

{איך האב נישט געשריבען אז איינער איז מער איינער איז ווייניגער איך ווייס נישט פיו וואס די רעדסט}



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2005 09:17 לינק ישיר 

קינדער טייערע װען װעט מען שוין אויפהערין ״פּאָינטען״ פֿינגערס מיט באַשולדיקענען איינער אויפֿען צװייטען????
45 האַט טאַקע all נישט קיין שום פּונקט מיט דעם װאס ער זאגט?
כאטש ער זאגט דאס אַביסעל אַון אַ סאַרקאַסטישען טאן
יעדער איז זייער אנגעװייטיגט קיינער האט נישט ליב װען מען מאַכט חוזק פון זיין באַליבטען קרוב,חבר,אין אַװדאי רבי
און װאס טוּט אויף מיט דעם ????
װעט דען ר׳ בן ציון אויפֿגעבען זיין ראַביסטעװע דורך דעם???
אדער פֿאַרקערט װעט דען אינזער רבי /רב אויפֿגעבען??
לאמער זיך נישט נער׳ן יעדער צד האט אַ חלק װאס ער איז צופֿרידען מיט ,און אַ חלק װאס ער האט געהאפט/האפֿט אַז עס זאל זיין אַנדערש. אַ מאל האט דער א זיג און דער א דורכפֿאַל און אַ מאל איז פֿאַרקערט דער אַנדערע צד וכו׳
און א מאל טייטשט יעדער אויס דער זעלבע זאך װי זיין זיג און יענמעס דוירכפֿאַל אא״װ
למעשה לאַמער קוקען פּאַזעטיװ לאמער זיך פֿרייען מיט װאס מען האט יא ,נישט מיט װאס יענער האט נישט.....
אונדזער הצלחה װענד זיך בכלל נישט און זייער דורכפאל און פֿאַרקערט אויך, זייער הצלחה װענד זיך נישט וכו׳
װאס ארט דיך אַז יענער איז אויך צופֿרידען אַדרבא פֿריי דיך מיט, זאלען אַלא זיין צופֿרידען!!!!
און װער איז דען דער ״יענער״??? איז עס נישט דיין חבר פֿון נעכטען (און האפנטלעך אויך פֿון היינט)????
אדער גאר דיין נאנטען קרוב (עס איז כמעט נישט דא קיין אײן משפּחה און באבוב װאס האט נישט ביידע צדידים) ??? וכו׳
עס איז דא נאך גאר א סך צו שרייבען אבל עכשו די בזה.
ברכה והצלחה!!!!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/8/2005 15:21 לינק ישיר 

all5in1
דיינע צביעות'דיגע ווערטער ווייזט אז די ביסט נישט מער ווי א מעמיד פנים, ווייס איך דען נישט דיין מיאוסע כוונה מיט דעם? די קומסט דא שרייבן אז מפני דיינע שיטות זאלן אונז אויפהערן שרייבן און אזוי וועט מען קענען שרייבן אין באשמוצן כ"ק אדמו"ר רמ"ד שליט"א אויף באבוב בתפארתה און פארדעם שרייבסטו דיינע ווערטער נאר דא און נישט דארט, און דעס וואס די שרייבסט וועגן "בן המלך שסרח" , דארפסטו פארשטיין אז ווען די האסט באשלאסן צו נעמען אן רבי'ן פאר זיך א מענטש וואס כל זכותו איז ביי דיר נאר ווייל ער איז אן בן, האסטו שוין דעמאלס געדארפט פארשטיין אז דאס וועט זיין צו געלעכטער און צו שפאט און ממילא רעג זיך נישט ווייל דאס איז געווען דיין בחירה, אין בכלל פארשטיי איך נישט ענקערע קאפ
ווייל מ'איז א בן מעג מען שוין טוהן וואס מ'וויל? ער מעג גנבענען , ווארפן , אלע איסורי תורה ווערן בטל ומבוטל, אין מ'טאהר גאהרנישט זאגן! בן מלך! ניין מאמעלע, דאס גייט נישט אזוי, ווייל אויבן אין הימל פרעגט מען נישט פארוואס האסטו געלאכט פין אן בנוישעקל וואס האט זיך געמאכט צו שפאט אין דער גאסן, אויבן אין הימל וועט מען דיר יא פרעגן פארוואס האסטו געטשעפעט אן ירא שמים, אן ת"ח, א רבי , אן ערליכע יוד, פארדעם וועסטו כאפן גיטע קלעפ, אבער פאר צו לאכן פין עפעס אן חזן אדער עפעס אן פורים רב, וואס? אז איינער לייגט זיך צו שפאט אין דער גאסן טאר איך נישט לאכן?

תוקן על ידי - the_mouse - 04/08/2005 15:43:22



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2005 18:27 לינק ישיר 

the_mouse
היות האסט מיר ארינטער געריסן וועל איך מיר נאך איינמאל פארענטפערן כדי מקיים צי זיין והייתם נקוים,

איך האב מיינע ווערטער געשריבען ריין לשם לשמים אז מען זאל נישט באשמיצען איינער דעם צווייטען,

די אליינס, האסט געפענט א נייע אשכול דא אין דעם פורום מיט פאזאטיווע נייעס לטובת דיין קהלה, אז מען האט אפגעקויפט א בילדינג. זעסטע דאך אליינס אז זיך צי בויען דארף מען נישט זיין ביזי יענער איז דערפרעסט,אויסגעשפילט,וכילו, נאר מען קען עס טיען אדורוך ארוסברענגען דיי אייגענע מעלות אז איך שטיי יעצט גיט אין ב"ה יענער שטייט אויך גיט

די סיבה וואס איך שרייב נישט אין באבוב בתאפארתה די זעלבע זאך ווייל מען זעט זיי זענענן מער פראסטע חברה. זיי שרייבן דארט זייער אויף א מיעסן אויפן קעגן רמ"ד אין די מנהל דארט מעקט עס נישט אויס איז טייטש אז דארט איז נישט דא צי וועם צי רעדען

איך האלט אז דער פורום "באבוב" איז בניגד צי אלעס וואס רבינו זי"ע האט געוואלט אין זיך געפלאגטו אלע יארן

דאס וואס די שרייבסט בן מלך "שסרח", איך שרייב שוין נישט אז עס איז סתם דיברי דופי אין מען טאר אזוי נישט רעדן

איך וויל דיר נאר פרעגען מען זיצט דאך יעצט ביי דין תורה! מילא פארוואס ווארפסטע באשולדינגען אז יענענר איז א גנב גזלן?? האב געדילד נאך צוויי חדשים!! אפשר וועסטע געווינענן! אין אפשר וועט רב"צ געווינענן! אויב די וועסט געווינענן אין רב"צ וועט נישט פאלגען דאן וועסטע קענענן שרייען גזלן!! אבער ביז דעמלאטס ביסטע סתם א מוציא שם רע ובעל מחלוקת

סיי ווי דארפסטע זיך נישט רעגען אז ענק האבן יעצט נישט די ביהמ"ד ווייל עס וואלט נישט געווען קיין מציאות בעולם אנציגיין ווייטער ווען ביידע רביס זענענן אין שיל איינער האט געמיזט גיין אין די סיבה פאר וואס רמ"ד האט געמיזט גיין איז ווייל למעשה רב"צ עטוואס א גרעסערן עולם מילא ביזן דין תורה איז רוב מיט רב"צ
יעצט גיין זיין דין תורה ווער עס וועט געווינען דער וועט עס האבען

שטילערהייט קען איך דיר זאגען אז עס איז געווען א גרויסע טובה פאר רמ"ד אז ער איז אין בית יעקב ווייל דאס האט געמאכט זיינע חסידים מער פארברענט פאר אים ווייל במציאות א זאך וואס עס קימט אן שווער גייט מער פאר דעם אין עס האלט זיך לענגער די אלע וואס זענענן געגאנגען בארץ לא זורעה וועלן גיין אין פייער פאר איר רמ"ד איך זאג נישט רבינו רב"צ האט זיך אויך זיינע חסידים וואס איז רוב אין באבוב אבער ער האט נישט אנגעהויבן פין אלף רמ"ד האט אנגעהויבן פין אלף אין דאס געט צי שטארקייט צי א חסידות

תוקן על ידי - all5in1 - 04/08/2005 18:36:50



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > כאפטס אריין נאך זכותים ביז ר"ח
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext