| נשלח ב-9/9/2005 06:03 |
|
| |
די דיין אליינס פירט אהן די מערכה
דער דיין פין 48 סטריט צוזאמען מיט א.א.ל. זיי צוויי צוזאמען פירן אהן יעצט אן גרויזאמע מערכה, וואס קאסט אפ שווערע געלטער, און גרויס מוה און גרויס פרעשע אויף די הנהלת בית יעקב כדי ארויסצושטעלן כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א חדב"ן כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצ"ל אויף די גאס ממש פאר יו"ט און דערשטערן דורכדעם די שמחת יו"ט ביי הונדערטער משפחות,
דער מערכה האט זיך אנגעהויבן דורך דעם וואס זיי האבן אינטערגעשטעלט באהאלטענע קעמערעס כדי אויפצוכאפן סצענעס פין די הלוך ילך אינם בימ"ד כדי צו מאכן אן רושם כאילו צו איז דא אן פירצה אין צניעות, און מיט די פילמס זענען "די וואס פרייען זיך אזוי אז אינז זעמיר ארויס" געלאפן צו די די רבנים המשפיעים, פארשטייט זיך נישט פארדעם וואס זיי האבן אנגעשטאפט זייערע שטיב מענטשען מיט געלטער, און די רבנים זענדיג און הערנדיג זייערע דברי הסתה זענען געווארן פין אנהייב זייער היציג, און בעזרת די אינטערגעקויפטע קרובים האבן זיי פארלאנגט פין די הנהלת בית יעקב אז זיי זאלן נישט מער אריינלאזן "די באבובער" אינם בנין!!!!!
יעצט זענען די עסקנים אונזערע שוין געווען ביי די רבנים און מיט נייע בילדער און ווידאוס אויפגעוויזן פינקטליך ווי איז אינזערע אריינגאנג אין ווי איז דער אריינגאנג פאר די בנות בית יעקב אין אהנגעוויזן אויף אלע הוראות פין אונזערע רב שליט"א בעניין זה, אין בעזר ה' וועט מען קענען ממשיך זיין דאווענען און פראווען דארטן ביז רבינו שליט"א וועט אהנקומען צו מנוחת הנפש צו אן מקום קבוע במהרה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2005 09:21 |
|
| |
מייזעלע ווער נישט דערשראקן איך געדענק 3 מאל וואס מען האט פינקט אזוי גערעדט ווי היינט, אז מען דארף ארויסגיין, און נאכדעם אז מען בלייבט פאר נאך אן פאר וואכן, און נאכדעם פארגעסט מען פין די מעשה, נישט געפערליך, כשרבו גולה תלמידיו גולין עימו, נישט געפערליך אבי א נארמאלער מענטש פאר אן רבי'ן, און אבי אן ערליכן יוד פאר אן רבי'ן, אין בעסער מיט אזיין אויפן גאס ווי מיט אן ............ אינערווייניג,
אבער מיט דעם אלעם לכאורה וועט מען בלייבן און אויב נישט וועט מען גיין צו אן שענערן און גרעסערן מקום. מ'זוכט שוין ממילא א לאנגע צייט אן לאנגע צייט א פלאץ פאר יו"ט איז אפשר וועט מען עס יעצט צו יאגן
|
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2005 09:41 |
|
| |
די גאנצע מעשה איז נישט געטויגן און נשט געפלויגן ס'איז אן שמיעה פין 48 כדי אפצושרעקן מענטשן פין צו קומן אויף יו"ט ווייל זיי וועלן נישט וויסן ווי ער גייט דאווענען....
א גוטע טאקטיק, אבער לאמיר זעהן וואס וועט זיך דא אויסארבעטן,.....ברשות בי"ד..............
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2005 20:00 |
|
| |
עס איז נישט ריכטיג אז זיי ווארפען ארויס.
עס איז אבער יא ריכטיג אז 48 האט געכאפט בילדער אינמיטן זומער פון מ"ג הויז, אין עס ארום געשיקט צו טאטע'ס פון בית יעקב, כאילו מען שטייט דארט יעצט. אין ר' חיים יעקב איז געלאפן צו רבנים.
די רבנים האבען אים געגעבען צו הערן זיינע דרשות וואס ער זאגט אלעמאל פון שלום, אין אים געפרעגט פארוואס ער רעד פון שלום אין טוט פארקערט.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2005 20:29 |
|
| |
ער איז א דיין ? !ער האט גורם געווען די גאנצע מחלוקת!!
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2005 03:40 |
|
| |
הנה לא ינום ולא יישן, לויט ווי איך הער איז די גאנצע מערכה געווען נאר אקייגן די אלטע בית יעקב, און ב"ה קען מען שוין זאגן אז ס'איז געבליבן די זעלבע ווי ס'איז געווען, נאר איין קשיא פאר אלע ציוניסטן, ענק זאגן דאך אז עטס זענטס דאך אזוי צופרידן אז "זיי" זענען ארויס איז פארוואס פראבירן ענק צולייגן פיס איבעראל??? אז למשל בית יעקב וואלט זיך פארמאכט, וואלט דאך א גרויס עולם צוריק געקומען דאווענען "לא כרצונכם" אין 48, איז וואס ווילן ענק???
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2005 21:58 |
|
| |
עז איז נישט נאר ביים בית יעקב; די רשעי הדור האבען אינטערגעשטעלט פיסלעך אויף יעדן בנין וואס אונז האבען געזוכט צו באקומען.
|
|
|
|
|