לאמיר אביסעלע קלאהר ארויסברענגען די פסק זמני,
א. דעיקער.
די דעיקער איז געבליבן אין די הענט פין ר' מ. י. דייטש נ"י מאנשי שלומינו, נאר 'ער' וועט סיינען די דייטש, אין 'ער' פירט אהן ווייטער די גאנצע פראגראם, אין די באורד בלייבט 'אונזערע' אזוי ווי ביז יעצט, אין די וואוטס וואס זיי האבן געמאכט פאר א פאר וואכן צוריק ווען זיי האבן צודרייט די עלטערן אין זיך געפרייט אז בייגל איז געווארן די בעה"ב מכלומפרשט אויף די דעיקער פראגראם, איז יעצט אללעס בטל ומבוטל אין זי דארפן עס צו רייסן, עפריה לפומא, אין ס'איז אללעס לכתחילה געווען אן געלעכטער, אין ס'ליגט ווייטער ביי אונז,
גלייכצייטוג, אזוי ווי זיי האבן ארויפגעברענגט די ענין פין געלטער פין פראגראמען, האבן אונז פארלאנגט אז אזוי ווי מען רעדט שוין פין דעיקער פראגראם, זאל מען אויכעט דן זיין אינם "קאלעדז" פראגראם, וואס ווי באקאנט לערנען ביי אונז הונדערטער בחורים וואס זענען בארעכטיגט צו באקריגן די געלטער וואס זיי האבן עס י"ב אדר צוגעגנבעט, אין מען רעדט דא פין שווערע געלטער "הון תועפות", גרעסערע סכומים און גרעסערע געלטער פין "דעיקער", אין בי"ד האט געפאסקנט אז דאס דארף אויכעט ווערן צוטיילט אזוי ווי דעיקער, און נישט נאר פין היינט אהן און ווייטער נאר 'פין' י"ב אדר יום הפטירה, מוזן זיי אונז אפצאהלן אלע זייערע 'געגאנבעטע' געלטער, מוזן זיי יעצט אפצאהלן.
ב. זיי לויפן ארום שרייען אז ס'איז זיי מכלומפרשט "געלונגען" ווייל זיי האבן אונז ארויסגענומען כאילו פין ערכאות, איז יעדער איינער נאכן ליינען די ענטפער פין שמחה ראטה פארשטייט גאנץ גיט אז אונז זענען געלאפן לייגן א עיקול אין קאורט נאר נאכדעם וואס זיי די 48 זענען געלאפן אין די בענק אין צו די שטאט מיט זייערע פאלשע וואלן אין פראבירט צו פארכאפן די "דעיקער געלטער" אין אונזערע עיקול האט זיי אפגעהאלטן דאס צו טוהן, אזוי אז איך פארשטיי נישט זייערע הצלחה מיטן קומן מיט אונז צו א פשרה אזאך וואס אונז האבן אלעמאל געוואלט, א "גרויס" הצלחה, פאר אונז איז נישט קיין נפק"מ ווער צו האלט זיי צוריק פין בעגאנבענען די דעיקער, א עיקול פין א קאורט בהיתר בי"ד, אדער א בי"ד אליינס, פאר אונז איז דער עיקר די שורה התחתונה, אז די דעיקער איז פארבליבן ביי אונז.
ג. אין אזוי ווי צד 48 האט געהאט געסטראשעט די צד 45 מיט פאליציי אויף "אן געוויסן ענין", האט אויסגעפעלט אז בי"ד זאל ארויסשרייבן אז מ'טאר נישט רופן קיין פאליציי. אין דאס וואס זיי שרייבן בנוגע די פניית צו אן אנדערן בי"ד איז אויכעט גערעכט, אין אין סעיף א' האב איך שוין געשריבן וועגן אונזערע עיקול.
ד. אז אזוי ס'איז באקאנט די גרויסע פרעשע אין די טעראר וואס אנשי 48 לייגן אינטער יעדער שריט פין אונזערע עסקנים, ווי אונז זוכמיר פלעצער פאר תפילות אין צו לערנען צו פאר בחורים צו פאר קינדער, לויפן זיי ארום אין לייגן פיס איבעראל אין צושטערן וואס זיי קענען נאר, אפילו אז אונז האבן געקויפט בענקלעך! פאר די נייע תלמוד תורה , האבן זיי אהנגערופן זאגן אז אונזערע טשעקס "באונטסן", וכו' ווי ס'איז באקאנט פאר יעדן, אין אויכעט איז באקאנט די מיאוסע שריטן פין זייערע דיין טויבער מיט א. א. לעזער וואס זיי זענען געלאפן צו רבנים די משפיעים אויף הנהלת בית יעקב, כדי מ'זאל אונז ארויסשטעלן, אין אזוי אויכעט אויף יעדע קלייניגקייט וואס אונז טוה מיר, קומן די ווילדע חיות הנקראים "באבוב 48 " אין פראבירן עס צו צושטערן, בי"ד איז נעכטן געווען 'שאקירט' הערנדיג די עדות'ן וואס אינז האבן אלס ארויפגעברענגט בענין זה, בי"ד אזוי ווי יעדע נארמאלער מענטש האט זעהר שארף אפגעזידלט די 48 חיות, זאגנדיג אז מיט וואסארא רעכט טוהן ענק זיי נאכלויפן אין קאליע מאכן?!!!!! אין עס אויכעט מדגיש געווען אינם פסק.
ה. אין צום סוף שרייבט דאך בי"ד וועגן די באסעס, וואס זיי האבן פארדרייט די בי"ד מיט באבע מעשיות, מיט די כוונה אז בי"ד זאל אונז נישט לאזן שרייבן אויף אונזערע באסעס "ישיבה בני ציון ד'באבוב", זיי האבן זעהר שטארק ארום געווילדעוועט וועגן די ענין, און ווי יעדער זעהט האט בי"ד פארשטאנען אז אינז זעמיר באבוב פינקט אזוי ווי זיי, און אז אונז זעמיר בארעכטיגט צו שרייבן באבוב אויף די באסעס אין פארשטייט זיך אז די זעלבע מיט די בניינים אין קהילה וכו'.
סך הכל=
א. דעיקער בלייבט אונזער'ס אין זיי וועלן אויכעט עפעס באקריגן.
ב. "קאלעדז" וועט מען בייקריגן לויט די סכום בחורים, ווי באקאנט זענען 90% פין די "קאלעדז" בחורים ביי אונז.
ג. בי"ד לאזט זיי נישט גיין צו די פאליס.
ד. זיי טארן נישט מער טעראריזירן אונזערע עסקנים.
ה. אונז מעג מיר פינקט ווי זיי שרייבן ישיבה בני ציון דבאבוב אויף אונזערע באסעס.
 |
|
|