בית פורומים באבוב

שפיכות דם פון א צובראכענע אלמנה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/9/2005 01:17 לינק ישיר 
שפיכות דם פון א צובראכענע אלמנה

פאריגע וואך איז פארגעקומען די חתונה פון ר' בן ציון בן ר' יחיאל פאפיער עב"ג בת המנוח ר' ישראל שטראם ע"ה. די בני המשפחה האבען געבעטן הרה"צ ר' בן ציון בלום שליט"א (דומ"ץ) אז די בחורי הישיבה זאלען זיך באטייליגען ביים קבלת פנים כנהוג (דער חתן איז א תלמיד ישיבתנו בלונדון).

הרה"צ הנ"ל האט אבער נישט מסכים געוועהן, זאגענדיג אז פון היינטמאל אהן טאמער וויל איינער אז די בחורים זאלען קומען צו זיין קבלת פנים מוז ער עס מאכען אין באבוב, און נישט אינעם חופה זאל. די משפחה (בראשם שטייט א צוברראכענע אלמנה) האבען געבעטן אז ער זאל כאטש לאזען שיעור ג' גיין אבער ער האט צו גארנישט מסכים געוועהן.

נו, ער האט א 'פוינט'. ס'ז דאך חודש אלול און ער וויל נישט די בחורים זאלען מפסיק זיין פון לערנען.

לא'מיר אבער זעהן וואס איז ווייטער געשעהן...

דעם פארגאנגענעם דינסטאג (כי תצא) איז פארגעקומען די חתונה פון ר' בן ציון שלמה בן ר' דוד ליכטענשטיין עב"ג בת ר' ש"י שווארץ (נישט א באבוב'ער משפחה) און זיין קבלת פנים איז פארגעקומען באלד אנהייב נאכמיטאג סדר אינעם זאל פונעם חופה. ר' דוד האט אפי' נישט גערעדט מיט די הנהלת הישיבה וועגן דעם אז די בחורים זאלען קומען.

נו, וואלט דאך יעדער פארשטאנען אז הרה"צ ר' בן ציון בלום שליט"א וועט נישט לאזען די בחורים גיין. אבער ניין, דער גאנצע ישיבה איז געגאנגען (יש לציין אז ווען הרה"ג ר' זושא האכהייזער שליט"א ר"מ בישיבה האט חתונה געמאכט איז נאר די עלצטע שיעור געגאנגען) און געזעסן ביים קבלת פנים מתחילה ועד סוף. א קבלת פנים נישט אין באבוב נאר אין חתונה זאל. אין חודש אלול. מבטל געוועהן א גאנצע סדר.

זעהט אויס אז זיין בלוט איז רויטער ווי דער בלוט פון א צובראכענע אלמנה.

קאמענטאטען זענען איבעריג.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/9/2005 01:32 לינק ישיר 

דאס איז אלס נישט קיין עולה און פארשטייט זיך אז ווען ב"צ בלום האט נישט אריין געלאזט די רב שליט"א ווען ער איז דארט געוועהן האט עס יעדן טויף גערעגט כידון וואס ר' ל"ס ועוד האבן זיך זייער אויף גערעגט און פון דעם האט קיינער נישט געשריבען לעצטע וואך, נאר יעצט האט זיך געמאכט א מעשה אין לונדון וואס אדער יא אדער ניין עכ"פ האבן זיי זיך גענומען קוויטשען ווי קאטשקעס יא יא אזוי זענען זיי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/9/2005 03:42 לינק ישיר 

זיי פלאצן אוועק דארט אין לאנדאן אין קענען נאך נישט אראפשלינגען די געלונגענע נסיעה פין די רב שליט"א דארט, פראבירן זיי יעצט צו אטאקירן אינזערע צד אין אזוי פראבירן צוריק צוכאפן די רוב פין די עולם אויף זייערע זייט וואס זיי האבן געהאט ביז די רב איז אנגעקומען,

אין איך וועל נישט זיין סופרייסט צו הערן אז עס איז געווען אן אייגענע אינטערגעשטעלטער געפלאנטע שמיץ באמבע,

בכלל לויט ווי איך האב יעצט געהערט איז די גאנצע זאך געווען א baloon, ווייל מען האט גארנישט געגנבעט אדער מזיק געווען, נאר מען האט א ביסל פארדרייט דעם סדר,

לדעתי וועט קיין חסיד פין רבי'ן נישט טוהן אזיין זאך פין כמה סיבות.

איינס ווייל ער ווייסט אז עס איז נישט לרוחו פינם רבין זאל לעבן, אין ער ווייסט אז אויב טוט ער עס איז ער עם מצער, צווייטנס ער ווייסט גאנץ גיט אז דאס וועט שטארק שעדיגן פאר אונזערע קהילה פאר אונזערע אויסזעהן, ממילא איז עס נישט מסתבר אז עס זאל האבן געווען אן אינזערע, נאר א פריוואטע סכסוך צווישן בלום אין די דארטיגע מתפללים אדער בחורים, ווי ס'איז שוין יאהרן לאנג באקאנט אז דער דיין שלאגט זיך דארט מיט יעדן, מיט א האלב בימ"ד רעד 'ער' נישט, אין די צווייטע האלב רעד 'מיט עם' נישט, אזוי אז די ליסטע פין די וואס ווילן עם איבערדרייען די אפיס איז גענוג לאנג ביז מען קומט אהן צו אונזערע חסידים.
א גוטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > שפיכות דם פון א צובראכענע אלמנה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext