רבינו שליט"א האט א "מחיש".
די וואך האט רבינו שליט"א געהאט אן מחיש, אונז וועלמיר זאגן פשוט רבינו שליט"א איז געווען פארקיהלט און שוואך, און פארדעם האט רבינו שליט"א געפירט די נאכט טיש אזוי שנעל, און טאקע נאכן פיש זיך פארגעסן צו זאגן תורה, אבער האט זיך געכאפט ביי די זיפ, און געזאגט תורה נאכן זיפ, אזוי אויכעט האט רבינו שליט"א נישט געלערנט דער וואך די באקאנטע "דברי חיים שיעור" וועגן די מחיש, און אויב זיי וועלן זאגן אז עס איז נישט קיין מחיש נאר עס איז וועגן די די"ת און קאורט וואס איז דער וואך נישט עפעס אזוי שטארק געווען לטובתינו, איז שרעקסט ענק נישט, ווייל ביי קבלת שבת ווען רבינו שליט"א האט זיך ארום געדרייט אין בימ"ד זוכנדיג די רעדנערס, האט ער אנגעטראפן אין חדר שלאף צוויי בעה"ב [נ.נ. און י.א.] שמועסן, איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען צו י. א. [וואס איז עוסק אין ענייני הקאורט\בית משפט] און עם געזאגט בלשון קדשו, "די ווייסט דאך יא פין די ניסים גלויים וואס מיר האבן היינט מיטגעמאכט און בכלל די גרויסע סייעתא דשמיא א גאנצן וואך, די וואלסט דאך געדארפט כאפן דעם סידור'ל און אריינלויפן און בימ"ד שרייענדיג הודו לד' כי טוב, די שטייסט און שמועסט דא?"
אזוי אז אויב רבינו שליט"א האלט אז ס'איז געווען א גיטע וואך, איז אפילו זיי ווייזן אויף שווארץ אויף ווייס אז ס'איז פאר זיי געווען גיט און פאר אונז שלעכט, הארכט זיי נישט אויס, ווייל רבינו שליט"א האט אזוי געזאגט, איז עס אזוי, אין פערטיג.
 |
|
|