בית פורומים באבוב

חזרת פרשת כי תבא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/9/2005 20:43 לינק ישיר 
חזרת פרשת כי תבא

לכבוד אלע חשובער ליינער, עס איז מיר איינגעפאלען א נייע פאטענט איך האב נישט קיין כח צו שרייבען יעדן טאג די נייעס, איך וועל שרייבען א חזרה יעדע סוף וואך, איך האף אז דאס וועט זיין אינטערסאנט פארן עולם, די וואך האב איך נישט אנגעיאגט צו שרייבן פרייטאג, האב איך געקלערט נישט צו ווארטען ביז נעקסטע וואך, נאר איך וועל שוין שרייבען היינט און איך האף אז נעקסטע וואך וועל איך שרייבען באצייטענס סוף וואך, און דער וואס וויל מיר ארויס העלפן דורך די וואך קען מיר שיקען אין אישית, און איך וועל עס פאוסטען סוף וואך. (נישט אלע מאל וועט עס זיין נאר חידושים אבער חזרה איז אויך זעהר וויכטיג)

חזרת פרשת כי תבוא


א) די גרויסע הצלחה פונעם חדר איז געוועהן אין לשער עד כדי כך אז די אנשי 48 האבן נישט געטראפן קיין בעסערע וועג זיך מנחם צו זיין נאר דורך דעם וואס שמואל האפנער האט ארויס גענומען זיינע קינדער פון חדר, און דאס כדרכם אנבלאזן אז פון אר"י האט מיר א חבר גערופן פרעגן צו די חדר איז שוין צאמגעפאלען לויט די גרויסע שמחה וואס די אנשי 48 האבן געהאט אויף זייערע פנימער, און כדי אנצומערקען זענעו כידוע צו געקומען דריי קינדער בו ביום פון 48 קיין 45 אז עס בכלל נישט קיין פארלוסט געוועהן.

ב) כל התחלות קשות – די וואך איז פארגעקומען צווי גרויסע ערשטע געשעהנישען די ערשטע איז אז פאמ"ק חיים שלום האט געהאט תנאים ליינען ביי אהרן מייזעלס, און ווי זיינע חברותות געבן איבער האט ער יענעם טאג זיך נישט אזוי גוט געפילט און האט כסדר אראפ געלייגט זיין קאפ און איין מאל האט מען געהערט ווי ער רעדט אין מיטן שלאף האט מען צו געלייגט אן אויער און מען האט געהערט ווי ער גרייט זיך אן די עברי פון די תנאים, האט זיין חברותא געקוקט און געזעהן ווי ער האט דארט א ספעציעל געמאכטע תנאים מיט נקודות כדי ער זאל זיך קענען גוט אנגרייטן און עס זאל נישט זיין קיין בזיונות, און דער צווייטער זאך איז אז חדב"ן ח"ד וואקסמאן האט געהאט א ברכה ביי די חופה און טאראנטא.

ג) די וואך מיטוואך נאכט ארום האלב נאך איינס ביינאכט האט זיך א בחור מחסידי אדמו"ר מבאבוב געדרייט אויף 48, און פלוצלונג האט ער געזעהן ווי ב"צ שפאצירט אינדרויסן פון הויז אן א קאפילוטש און אן אפענעם בעקיטשע (נאך א נס ער איז נישט ארויס מיט די פידזשאמיס) און אן א גבאי, איז דער בחור צוגעגאנגען צו ב"צ און אים געפרעגט צו דארפט איר עפעס קען איך אייך העלפן (אזוי פירט זיך אויף א באבובער בחור, שטעלט'ס ענק פאר וואס א בחור פון 48 וואלט געטוהן ווען ער זעהט רבינו שליט"א אליין אויפן גאס, אויב וואלט די רבי געבליבען א לעבעדיגע וואלט עס געוועהן א נס), האט אים ב"צ געזאגט (און מיינענדיג אז אוודאי איז דאס זיינער א בחור ווי כידוע האט מען מחמת חולשת לבבו נאר פארציילט אז א פאר בחורים זענען ארויס) זאפארט זאלסטו גיין שלאפן אין דארמיטארי, אבער דער בחור האט נישט געוואוסט ווי אזוי עם צו זאגן אז ער האט א צווייטען רבי, אבער ב"ה ביז אפאר מינוט איז שמערל אנגעקומען און עם אנגעכאפט און צוריק אריין געווארפען אין קעידש אריין.

ד) כידוע איז די וואך פארגעקומען די חתונה פון ב"צ גרינבערג (וואס ער איז איינע פון די 7 אויפרופנס וואס ב"צ האט געהאט און כידוע זענען מער און האלב פון די בחורים נישט מחסידיו) און ב"צ איז געפארן קיין מאנסי צו זיין מסדר קידושין, און פארשטייט זיך אז קיין איין בחור פון 48 איז נישט דארט געוועהן, און נאר באבובער בחורים זענען דארט געוועהן און ווען ב"צ איז אריין געקומען זענען די באבובער בחורים מרוב איידילקייט צו געגאנגען געבן שלום פאר ב"צ ווייל זיי האבן אים שוין נישט געזעהן פאר לכה"פ זעקס חדשים (און דאך איז ער דער געוועזענער רב הצעיר), און אזוי ווי זיינע יועצים האבן נישט געטראכט אז דאס וועט געשעהן האבן זיי אים נישט אנגעגרייט וויאזוי צו רעאגירן, איז ער געווארן בלוי און גרין, עכ"פ נאכדעם איז גלייך געקומען א החלטה מבית הרב אז מער גייט מען נישט אויף סידור קידושין אויב עס ווועלן דארט זיין באבובער בחורים, און עס איז וויכטיג צוצולייגען אז הרב הערשל ראבינאוויטש אב"ד באבוב מאנסי, האט אים אויך געגעבן שלום ביי יענעם חתונה.

ה) כידוע האבן אונזערע באסעס געברענגט גרויס אויפגערעגטקייט צו אנשי 48, עד כדי כך אז זיי האבן דאס געמוזט אויפברענגען ביים בי"ד, עכ"פ דעם זונטאג האט ר"מ פעטמאן איינער פון די דרייווערס פון אונזערע באסעס נישט גידאוונט שחרית, און נאכן ברענגען די קינדער אין חדר אריין איז ער געגאנגען דאוונען שחרית, און כידוע דאוונט ער אין גארליצער ביהמ"ד, איז ער געגאנגען כדרכו דארט דאווענען, האט ער געפארקט די באס אינדרויסן פון גארליץ, וואס כידוע איז דאס אויפן זעלבע גאס פון די אלטע באבובער חדר וואס מען האט אונז פון דארט ארויס געווארפען, איז איינער צו געגאנגען צו אים אין געזאגט אז אויב ווילסטו דיין באס זאל בלייבן גאנץ זאלסטו זיך אפטראגן פון דא (נאר ארויס צו ברענגען אז דער איד איז נישט קיין באבובער בכלל און אויך איז ער אן אלמן), האט ער אים געענטפערט אז דו גאס באלאנגט נישט פאר אים און ער בלייבט דא, און ווי יעדער פארשטייט דאך אליין האבן זיי געטוהן כדרכם און האבן צובראכן די טאנק וואס האלט די ברעיק פלוויד, וואס כידוע איז דאס א גרויסע סכנה אזוי ארום צו פארן, און ב"ה דער דרייווער האט זיך געכאפט באצייטנס און דאס פאראכטן, ולא עלתה להם זממם ל"ע אינטער צוברענגן א גאנצע באס מיט קינדער.

ו) די בוי פון די נייע סוכה אויף 48 גייט אן אין פולן שוואונג, ווען יעדער האט געפרעגט וואס דארף מען אזא גרויסע סוכה, איז ער דען א גרעסערע רבי ווי זיין טאטע, און עס זענען דאך אוועק געגאנגען אזויפיל מענטשען צו דעם צד שכנגד נו פארוואס מאכט מען גרעסער, אבער לאמיר שוין זאגן מען דארף א באקוועמערע סוכה פארוואס אבער אזוי הויך, האבן זיי געענטפערט אז מען דארף עס זאל זיין העכער פאר די פארענטשעס ועוד תירוצים שונים ומשונים, און דערווייל האט ארויס גערינען פון די הויכע פענסטער אז דו אמתע סיבה איז פשוט ווייל כידוע האט ב"צ אסאך חסידים אינעם עזרת נשים, און אלע יארן אין די סוכה פלעגן די פרויען האבן זעהר א קליין פלאץ צו שטיין, און היות מען וויל דאך זעהר גוט צושטעלן פאר אלע נשים (מן הסתם וועט אויך זיין וועיטערס פון וויזיניצער זאל און סיטינג קארטלעך, אזויווי עס איז געווען ביים סדר פסח פאר די נשים) גייט מען בויען א גאלעריא און די סוכה פאר די נשים, אוי לאזנים שכך שומעות האט מען אין צאנז זיך אזוי געפירט האט מען זיך אין באבוב אזוי געפירט (ווייל כידוע איז ב"צ זעהר מקפיד אויף אלע עניני הסוכה אזוי ווי אין צאנז און אין באבאוב אינדערהיים, אז ער האט געזאגט פאר די בחורים וואס מאכן נוי סוכה דעם יאר (ביי אים זענען יא דא ליידיגייערס??) אז די קרוינען טארן נישט האבן קיין באלבס ווייל אינדערהיים זענען די 91 לעמפלעך געוועהן פון לעכט נישט פון באלבס, (איי פאר זיין טאטע זענען די באלבס יא גוט געוועהן) עכ"פ עס איז דאך ממש א פחד צו הערן אז עס וועט זיין א גאלעריא אין די סוכה ספעציעל פאר נשים.

ז) טוב ללכת לבית האבל מלבית המשתה, כידוע איז די וואך געווען צוויי חתונות אין 48 וואס עס האבן געוואלט גיין אהין באבובער בחורים און די בריונים זענען נישט אנגעגאנגען שמחת חתן, וואס א חתן וויל זיינע חברים ביי זיין חתונה, די ערשטע איז געווען ביי די חתונה אין טאראנטא וואס דער חתן האט געבעטן אז ער וויל האבן חברים פין די באבובער מתיבתא, האבען די בריונים פון 48 – גראדע אפיציעל די וואס רופען זיך די חשובסטע יונגעלייט-איינער פון זיי איז געוועהו ש"ד פ. א שוואגער פון מ. צ"ב משב"ק, אנגערופען דער וואס האט שטארק ארויסגעהאלפען יענער חתונה מאכן, און אים געזאגט אז אויב עס קומט מיט אפילו איין באבובער בחור, קומט קיין איינער פון די יונגעלייט נישט מיט!!!, דערנאך איז געווען א חתונה לעצטע וואך אין מאנסי פון החתן ד. זילבער, וואס עס זענען געקומען עטליכע בחורים פון די באבובער מתיבתא מיטצופארן מיט די באס וואס איז ארויסגעפארען פון 48, זענען געשטאנן עטליכע פון די חשובסטע בחורים הב' בצ"מ ב. און י. צ"ב און האבען בידים- מיט קלעפ- נישט ארויפגעלאזט די בחורים אויף די באס.

איך האב נאך אפאר פונקטן ארויס צוברענגען אבער די צייט איז קורץ און אי"ה נעקסטע וואך וועל איך ממשיך זיין.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/9/2005 22:17 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/9/2005 15:49 לינק ישיר 

כדי אז אפי' חברינו היקרים אנ"ש שיחיו, וואס זענען נישט מעמבערס אין היידפארק זאלן מיר קענען שיקען מעשיות פאר מיין רעפארט סוף וואך, האב איך לטובת הכלל געעפנט אן אימעיל אדרעס ספעציעל פאר דעם.

[email protected]



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > חזרת פרשת כי תבא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext