בית פורומים באבוב

די נייע סוכה אין 48

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/9/2005 22:27 לינק ישיר 
די נייע סוכה אין 48

זכה מלאכתו נעשית על ידי אחרים


הקדמה

איך האב יעצט מברר געווען אויף הינדערט פראצענט ווי אויך האב איך געפרעגט איינער פין מיינע אלטע חבירים אויף 48 אין ער האט עס מיר מאשר געווען (איך וויס נישט ווי אזוי ער האט זיך נישט געשעמט) אז אאל זענדיג ווי עס גייט עם נישט אזוי גיט אין בי"ד אין בי"ד מאכט עם צירוק געבען די גניבות פון די דעי קעיר אין די קאלעדזש פראגראם האט ער ביי דער לעצטער ישיבת בי"ד געסטראשעט אז מער קימט ער נישט זיצען אין בי"ד וויל ער וויל נאך חתימות אויף די שטרי בירורין (נאך א וועג צי שלעפען צייט קודם וועגען באסעס וכו') פארשטטייט זיך אז יעצט נאכען אינטערשרייבען שטרי בירורין איז שוין טא לעיט יעצט וועט ער דארפען אויסזיצען אין ווארטען אויף זיין מפלה אין בי"ד האט עם געסטראשעט אז טאמער וועט ער נישט ווייטער זיצען וועט מען עם מאכען פאר א לא ציית לדינא אין מהאט געסקעדזשעלט א זיצונג אויף באלד נאך יו"ט

ממילא גייענדיג אדארך 47 סטריט ווי זיי בויען א ריזען סוכה איז מיר אויף געקומען דער מאמר חז"ל זכה מלאכתו נעשית על ידי אחרים ווייל יעדער מיט אביסעל דעת זעהט אז דער אייבישטער צימישט זייער קאפ אז זיי זאלען נישט כאפען אז זיי בויען פאר אינז ווייל דאס איז זיכער אז פאר זיך דארפען זיי עס נישט אויב עפעס וואלטען זיי געדארפט קלענער מאכען איך האב גערעדט מיט אסאך 48 מענטשען אין געהערט ווי ליידיג א' סליחות איז געווען אין 48 משא"כ ביי אינז איז לויט מיין אפשאצונג געווען עטליסט צוועלעף הונדערט מענטשען (אינו דומה שמיעה לראי' עטס קענט ענק איבער צייגען מיט די בילדער פון די עולם ביי סליחות) איז פארוואס זאל מען דארפען גרעסער אלא מאי פון הימעל וויל מען אינז איינשפארען ארבעט וזכה מלאכתו נעשית




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > די נייע סוכה אין 48
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext