חזרת פרשת נצבים
לכבוד אלע חשובע ליינער איך אנטשולדיג מיר אז איך בין געוועהן שפעט די וואך נאכאמאל, אבער איך האב נישט געקענט אניאגן אלע מעשיות וואס די עולם האט מיר געשיקט אין אישית אין דורך אימעיל, איך וויל טאקע דאנקען יעדן איינעם, און וויל בעטן אנטשולדיגונג אז איך בין נישט אנגעקומען צו שרייבען אלע מעשיות, און איך האף אי"ה אנדערע וואכן מתקן צו זיין און שרייבען יעדענס הערות.
א. איך האב א שווערע קשיא די וואך איז ביי ב"צ געוועהן אויף א באזוך דער מעיאר פון ניו יארק וואס לויפט יעצט נאכאמאל פאר א נייע טערמין, (און פארשטייט זיך אז נאכדעם האבן די עסקנים פון 48 פארדרייט דעם מעיאר א קאפ אז ער זאל נישט מאכן זיין נעקסטע געפלאנטען וויזיט צו רבינו שליט"א, אבער שפעטער האט דער מעיאר געהערט אז מען רעדט דא גארנישט פון א קליינע חסידות, און האט אנגערופן זיך אנטשולדיגען און געזאגט אז ער גייט קומען אויף אן עקסטער באזוך), מיין שאלה איז אז אפאר וואכן צוריק איז געוועהן בחירות פאר פריימעריס פאר א SURROGATE JUDGE און ער איז א איד וואס לייגט תפילין יעדן טאג, און דער שופט וועלט מען נאר אויס איינמאל אין פופצן יאר און עס איז זעהר וויכטיג לטובת די יודן אז מען זאל האבן א היימישן מענטש אין דעם קאורט, עכ"פ זענען עסקנים ארום געגאנגען מיט אים צו אלע רבי'ס, האבן זיי אנגערופן צו מענדל משב"ק, האט ער גענטפערט אז ב"צ מישט זיך נישט אין קיין פאליטיק, און חוץ מזה איז יעצט חודש אלול און ער קען זיך נישט אראפ לאזען צו אזיינע פשוטע נידריגע זאכן, איז אויב אזוי וואס איז געשעהן א וואך פאר ראש השנה פארשטייט ער יא וועגן פאליטיק און ער קען זיך אראפ לאזן צו אזיינע זאכן.
ב. עס איז יעצט ארויס געקומען א נייע גליון שערי ציון אבער עס איז צו געקומען א נייע הוספה, א קונטרס בנות ציון, לכאורה פון די סוף פון א זאך שטעלט זיך ארויס די מטרה פון די גאנצע זאך, דהיינו קודם איז פשוט ארויס געקומען שערי ציון, שפעטער האט מען צו געלייגט בני ציון און אחרון אחרון צו געלייגט די וויכטיגסטע זאך אין חסידות 48 וואס דאס איז די מיידלעך און די ווייבער, כידוע אז דער רעזשים פראבירט צוצושטעלן פאר פרויען וואס נאר מען קען גרינגער מאכן אזויווי מיר זעהן ביי די סוכה ועוד. נאך א כוונה איז דא ווייל כידוע האבן די גנבים א שליטה אויף רוב באבובער מוסדות אבער אויף איינס איז זיי נישט געלונגען אפי' מיט גרויס פרעשער ועוד, און דאס איז בנות ציון, איז א זכר צו דעם האט ער נעבך געמוזט ארויס געבן א קונטרס מיט דעם נאמען אזוי האט ער כאטש עפעס שייכות מיט בנות ציון.
ג. ווער געדענקט נישט וואס אלע כותבים אויף הייד פארק זענען געוועהן פארנומען ווען אונז האבן ארויס געשיקט מעמדות בריוו פארן גאנצען עולם, האבן זיי געטענהט אז מען שיקט בריוו פון פרעמדע חסידות'ן וכו', איז זעהר אינטערסאנט אז אונז חסידי באבוב וואס באקומען ב"ה מער גארנישט פאסט פון 48, האבן פלוצלונג באקומען א בריוו פון א פרוי רוזא הלברשטאם און זו ווינטשט אן א גוט יאר וכו' ווער איז דער פרוי? אפשר איז דאס בת של קדושים הרב משה וואקסמאן? (נאר כדי אנצומערקען אז ביי דער מסיבה וואס איז געשטאנען אויף דעם בריוו, איז נאכן ענדיגן ווען אסאך פרויען זענען געוועהן אינדרויסן פון זאל קהל חסידים ובראשם די טעכטער פון מהר"ש, איז רבינו שליט"א געגאנגען צו פירות טיש, און א פאר פרויען מחוצפים זענען געבליבען שטיין און נישט געלאזט אדורך גיין, אפשר וועלן זיי לערנען אביסל אינעם נייעם קונטרס בנות ציון וועלן זיי באקומען אביסל שענערע מידות)
ד. ווי מיר אלע גרייטען זיך אויף יו"ט הערט מען פון אנשי 48 פון אלע טוזענטע זיצן וואס מען גייט פאר קויפן דעם יאר ווייל עס איז דאך כמעט קיינער נישט ארויס, און ליידער ברוב בושה האבן זיי אויף געהאנגען א צעטל מיט 1040 נעמען וואס האבן זיך יעצט רעגיסטרירט פריש דעם יאר (אינטערעסאנט אז פסח גאלדבערג ז"ל און ח"ש ציזנער און לייבעלע מאנדלבוים ז"ל האבן זיך איינגעשריבען דעם יאר פריש און להבחל"ח ר' יעקב רייז און הרב יעקב דוד גארדאן ומשה שטיינבערג ועוד הרבה מאנ"ש וואס שטייען דארט אויפן רשימה, בזמן וואס יעדער ווייסט באמת ווי זיי שטייען), און בחסדי השם האט מען ביי אונז פארקויפט קרוב צו 700 זיצען כ"י נאר פון דאהי אליין אן געסט און אן בחורים, אינטערעסאנט פון ווי קומען די אלע מענטשען אויב קיינער איז נישט ארויס פון דארט.
ה. מכנף הארץ זמירות שמענו אז עס איז ארויס א נייע קונטרס מיטן נאמען מבשרת ציון, וואס ב"ה דאס איז מחזק דאס וואס יעדער ווייסט אז מען זעהט אז מען מאכט שוין נאך איז א סימן ווי געלונגען אונזער ארבעט איז געוועהן, און בעיקר אז אין די הקדמה פון שערי ציון איז געשטאנען אז מען וועט נישט דריקען אזוי ווי דער היינטיגען דור מיטן קאלירטן אויפרייסערישען כאראקטער, און כוונתם איז געוועהן שלומה של מלכות, און ב"ה זיי זענען צו געקומען צו דעם אז מען האט נישט קיין ברירה און מען מאכט אלס נאך.
ו. נאר בקיצור אן צו ווייזן די שקרים וואס גייען דארט פאר, יעדער האט דאך אוודאי באקומען א שנה טובה קארטל פון קדושת ציון איז קודם לגבי דעם בילד פון די התחלת הזמן קען מען ציילען אין זעהן אז עס איז דא 33 בחורים און נישט פופציג אזויווי זיי פארקויפן, און אזוי ווי זיי האבן געדריקט און מבשרת ציון, און לגבי די בילד פון ד' אב מעג איך פרעגן, וויפיל מאל האט איר געזעהן דארט ר' משה סטעמפל און וויפיל מאל ר' שמחה קאהן און וויפיל מאל אב"צ ענגלארד און וויפיל מאל ליבוש זאפערן, ועוד כמה וכמה נעמען אזוי אפאר מאל.
מיר ווילען בעטן דעם חשובן עולם צו שרייבן מיר אין אישית אדער אויף מיין אדרעס [email protected]
א גרויסן יישר כח און א גוט יאר
 |
|
|