עס איז דא א דעפיציט אין 48
עס איז דא א יוד וואס איך וויל נישט פורש בשמו זיין מפני כבודו, וואס זיין גאנצע חסידות צו ב"צ שטאמט פון דעם וואס ב"צ האט אפאר יאר צוריק (נאך פאר ער האט זיך אליין מכתיר געוועהן אלס רבי), שטארק ארויס געהאלפן זיין טאטע מיט שיין געלט ווען עס האט זיך עפעס געמאכט א פראבלעם אין מען האט געדארפט געלט נאך וואס מען האט ארויס געווארפן זיין טאטע פון א דירה, עכ"פ דער יוד איז זעהר נישט געזונט ער ליידט כמעט אויף יעדן אבר פונעם מענטש ל"ע, און ער דארף יעצט חתונה מאכן און מען דארף שאפן 20 טויזנט דולר פאר די חתונה, זענען זיינע קינדער (וואס זענען מגדולי חסידי רב"צ), אריין צו ב"צ און געבעטן צו ער קען זיי צו העלפן, נישט מער און נישט ווייניגער ענטפערט ב"צ, וז"ל: ער דאוונט דאך אסאך ביי ר' י"י נו זאל מען דארט שאפן פאר אים געלט, אוי לאזנים שכך שומעות א רבי וואס האט אזויפיל געלט א יסוד ציון און האלב מיליאן דולר פאר טיקעטס ועוד פאר אלע געסט (דבר שאצל אביו אף פעם לא הי'), 150 טויזנט דולר פאר ביעמס פאר די סוכה, 70 טויזנט דולר פאר א שלאק, 50 טויזנט פאר נוי סוכה, ועוד ועוד (מיר וועלן נישט רעדן וועגן די גארדס וכדו'), איז אז עס האנדלט זיך פון אחד מחסידיו וואס איז חרוב קראנק האט ער פלוצלונג נישט קיין געלד, מען קען טאקע זעהן אז ער האט זיך נישט געדרייט ביי זיין ברודער, וואס האט "זיך" מקריב געוועהן פאר א צווייטע יוד, ווען יא וואלט ער שענער אויסגעזעהן.
 |
|
|