כל המשמח... זוכה לחמשה קולות
די גמרא זאגט כל המשמח חתן וכלה זוכה לתורה שניתנה בחמשה קולות
איך האב קיינמאל נישט קלאר פארשטאנען די גמרא
היינט איז מיר די גמרא פארענטפערט געוורען
ווען איך בין דארך געגיינגען די געוועזנע "ארמון טערעס" זאל
וואס איז פארוואנדלעט געווארן צו א מעכטיגע היימישע חסידישע ישיבה
ווי מען זיצט הארעוועט טאג און נאכט על התורה ועל העבודה
האב איך פארשטאנען כל המשמח חתן וכלה, אויף אזא פלאץ זוכה לתורה
|
|