די מלוה מלכה וועט נאך וואכן לאנג זיין די גערעדעכטס אינם וויליאמסבורגער שטעטל, די אויפטריט פין די באבובער רבי ביים זיבנבורגנ'ס דינער פין רבי מאיר בעל הנס, לכבוד די רב ז"ל וואס קרן נקרא על שמו, איז געווען די העכסטע שטימונג ביי די דינר, ווען די באבובער רבי שליט"א איז אריינגעקומען אינם אהנגעפאקטן זאל "ויואל משה", האט זיך די גאנצע ציבור האלפים אויפגעשטעלט אויף די פיס לכבודו, און געווארט ביז די באבובער רבי זעצט זיך, די "דברי ברכה" וואס די באבובער רבי האט גערעדט, איז געווען אן אויסערגעווענדליכע דרשה וואס האט געהאלטן דעם גאנצן עולם מיט אפענע מיילער פאר איבער 45 מיניטן!!!, ס'האט זיך נישט געגלייבט אז ס'איז אריבער א שעה! אזוי באצויבערט איז דער עולם געשטאנען און געשטוינט זעהנדיג ווי אן חסידישער רבי שטייט און רעדט ווי איינער ווי די גרעסטער גאוני הדור, איך רעדט שוין נישט פין די פיהל צאהליגע מראה מקומות וואס האט זיך ארום געווארפן, נאר פין די רעיונות, פין דער חידוש, וואס האט באגייסטערט דעם קהל האלפים, און מיט וואסארא איידלקייט ער רעדט פין די באבובער רב זצ"ל, און נאכן ענדיגן די דברי ברכה האט זיך דער ציבור אראפ געלאזט צו די אויבן אהן און זיך געשטופט כדי צו קענען דערגרייכן ידו הקדושה און א ברכה פינם באבובער רבי שליט"א.
 |
|
|