בית פורומים באבוב

נישט גענטפערט ברוך הוא וב"ש אמן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/11/2005 21:01 לינק ישיר 
נישט גענטפערט ברוך הוא וב"ש אמן

איינע פון מיינע חברים ממתפללי 48 פארציילט מיר אז יעדן שבת ליינט ער אינדרויסן, און דער וואך האט ער מחליט געוועהן אז ער וועט בלייבן ביים ליינען ווייל ער האט געהערט אז עס איז מורא'דיג צו זעהן די עבודה פון צדיק ביים ליינען, איז ער למעשה איבערגעבליבען אין ביהמ"ד און הערטס וואס ער האט מיר פארציילט .
קודם דארף איך מקדים זיין אן ענין אז כידוע איז די לעצטע פינף יאר פארגעקומען א גרויסע מלחמה צווישן רב"צ און חתני רבינו זצ"ל בנוגע רעדן בין הפרקים ביי קריאת התורה, חתני רבינו זצ"ל האבן פראבירט מתקן צו זיין אז מען זאל נישט רעדן, און רב"צ האט מקפיד געוועהן יא צו רעדן ווייל ער טענה'ט אז די טאטע פלעגט מקפיד זיין צו רעדן בין הפרקים (אגב איז ידוע אז די רב פלעגט טאקע אמאל רעדן אז עס איז אויסגעקומען עפעס וויכטיג כגון א נאמען ועוד אבער דאס איז נישט יעצט די נושא ואכהמ"ל), עכ"פ היינטיגע צייטן פרובירט דאך רב"צ מתקן צו זיין עניני התפלה אין ביהמ"ד (ווייל ער מוז דאך ארבעטן אויף רוחניות ווייל ער אליין האט נישט וואס צו פארקויפן) און ער זיצט נישט איין קיין איין מינוט אויפן פלאץ, ער האלט אין איין ארום לויפן, און ביים ליינען שטייט ער אינטערן ביהמ"ד אכטונג צו געבן אז מען זאל נישט שמועסן ביים ליינען, אבער פארשטייט זיך אז רב"צ אליין איז מקפיד צו שמועסןבין הפרקים, איז יעצט בנוגע וואס דער יונגערמאן האט מיר פארציילט פון דעם שבת אז ער האט געקוקט א גאנץ ליינען אויף ב"צ און ער האט געשמועסט זייער א פארקאכטער שמועס מיט צוויי מענטשען און ער איז נאר שטיל געבליבען ביים עצם ליינען אבער ביי די ברכה לפני' ולאחרי' און ביי ברכו האט ער געשמועסט און נישט אויסגעהערט און אוודאי נישט גענטפערט אמן,
האט ער דאס צוגעזעהן ביי זיין טאטע?
אגב דער יונגערמאן האט מיר געזאגט אז מער וועט ער שוין נישט בלייבן אין ביהמ"ד ביים ליינען



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > נישט גענטפערט ברוך הוא וב"ש אמן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext