בית פורומים באבוב

רבינו שליט"א טוט אן ברייטע רבי'שע גארטל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/12/2005 20:51 לינק ישיר 
רבינו שליט"א טוט אן ברייטע רבי'שע גארטל

כל המביא דורון לתלמיד חכם כאילו מקריב ביכורים

(כתובות קה:)


הגאון הצדיק רבי אברהם יושע טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מילוואקי זצ"ל חתן כ"ק מרן אדמו"ר הרה"ק בעל "קדושת ציון" מבאבוב זי"ע, האט געברענגט "מנחת ביכורים" פאר כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב שליט"א, א "צאנזער גארטל" א ברייט סאמעטענעם גארטל.



זינט דער רבי האט איבערגענומען די כתר האדמורו"ת פון חותנו כ"ק מרן אדמו"ר הק' זי"ע האט ער נישט אנגעטועהן דעם ברייטן רבי'שן גארטל, און וויפיעל מען האט מפציר געווען דערצו, האט דער רבי שליט"א נאך נישט געהאלטן ביים אנטועהן.



הרה"צ רבי יושע'לע טווערסקי שליט"א האט זיך פארגעשטעלט פארן רבי'ן שליט"א אלס דער עלסטער אייניקל פון רבינו הקדוש בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע, דעריבער בעט ער אז דער רבי שליט"א זאל אננעמען זיין פארלאנג און מקבל זיין די מתנה, און אנטועהן מיום והלאה דעם ברייטן גארטל כמנהג רבותינו הקדושים לבית באבוב זי"ע.



דעם ערב שב"ק פ' תולדות ביים "לייגן טלית" האט דער רבי שליט"א צום ערשטן מאהל אנגעטועהן דעם ברייטן סאמאטענעם גארטל.






דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > רבינו שליט"א טוט אן ברייטע רבי'שע גארטל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext