די סקווירא מצווה טאנץ
נשלח ב 26/12/2005 veaz
אזוי ווי איך זעה אז מען פארעט זיך צו וויסען וואס פונטליך איז פארגעקומען אין סקווער מיט דעם "קראטשינער" מצוה טאנץ האב איך געמאכט א חקירה ודרישה ביי מיינע סקווערע ידידים און איך האב באקומען "אינסייד אינפארמעישען" אין איך וועל זיי איבער געבען דברים כהוויתן.
בערך איין וואך פאר די סקווירא זעוויהל=אוהעל חתונה. האט דער מחותן מצד הכלה געברענגט א שליחות פון רמ"ד אז ער קומט צום חתונה און ער האט תובע בפה געווען אז מען זאל איהם געבען א טענצעל מיטן כלה און מען זאל איהם אויס רופען אדמור מבאבוב, לכתחילה האבען די סקווירא מסכים געווען. אבער נאכדעם וואס זיי האבען זיך בארעכענט אז עס איז נישט קיין גיטע PR MOVE האבען זיי צוריק געשיקט אז ער קאן קומען צום סוף חתונה און ער וועט באקומען "בענטשען" ....
נא נא מער האט נישט אויסגעפעלט די קראטשינער האבען אנגעהויבען פייפען און בלאזען אבער עס האט נישט געהאלפען און דער מחותן מייזעלס האט זיך געכאפט אז מען נוצט איהם דא ווי א פשוטער פאסט טרעגער און ער האט זיך ענטזאגט פון ווייטער פעדלען די שליחותן.
דערווייל איז יום החופה אנגעקומען און אזוי אויך רמ"ד...
דער סקווערער האט איהם שיין מקרב געווען און ער האט מיט איהם געטאנצען אויבען=אהן... אבער קיין גראמען און נעמען אויסרופען איז נישט געווען.
צום באטאנען, אז ביי איינע פון די שבע ברכות,איז כ"ק אדמור מהרב"צ שליט"א געקומען. און ער האט דעם זעלבען כבוד באקומען צוגעטיילט.
און דער סקווערער האט צוגעיילט די לחיים גאר שנעל און זיך מתייחד געווען מיט מהרב"צ פאר לערך 45 מינוט.
רבותי די אינפארמאציע איז גאר קראנט...
5:59 נשלח ב 26/12/2005 the_mouse
ביסט גערעכט, מיין טייער צובראכן יידעלע, נישט נאר אז ער איז נישט געקומען צו די חופה און אויכעט נישט געבליבן ביז די מצווה טאנץ נאר ער איז נישט געקומען נאר צו 1 שבע ברכות!! לויט ווי מיינע קראנטע מקורות פין אינערליכע סקווערע מקורות געבן איבער האט מען עם געוואלט געבן אלע ברכות מיט כתיבה ליינען אינטער די חופה אין טאנצן האט מען עם געוואלט געבן 7 מאהל מיט די כלה-חתן-מחותן- וכו' בלהבלהבלהבלה
די נערישע יאץ, דער זעקליטשינער האט געזאגט פאר די סקווירא ביי די שבע ברכות נאכן בענטשן אז "ער" וויל מיט עם עפעס אדורך רעדן, אין די סקווירא האט געזאגט - נו?- האט עם דער זעקליטשינער געזאגט אז נישט דא ברבים נאר ביחידות, אוין די סקווירא האט געזאגט אז ס'איז נישט געזאגט ווי, האט די זעקליטשינער געזאגט, יא! מ'האט צוגעגרייט אינטען א צימער!!!
ארויסקומענדיג פין צימער נאכדעם וואס דער זעקליטשינער איז אוועק האט זיך דער סקווערער שטארק צושמייכלט אין געמאכט מיט די אויגן אזוי ווי איינער זאגט,,,,,
און נעקסטן טאג ווען אן שמש האט פרובירט צו פרעגן וואס האט זיך דארט אפגעטונן, האט די סקווירא געענטפערט, "ער האט ביי מיר גאהרנישט געפויעלט",,,,,,,,,,,
גיי שלאף די איינגערעטער
און בדרך אגב, ווען די באבובער רבי האט געטאנצט האט דער סקווירא שטארק געפאטשט מיט די הענט און ביי די זעקליטשינער נישט
 |
|
|