בית פורומים באבוב

בנות ציון

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/12/2005 07:56 לינק ישיר 
בנות ציון

אין די טאג יום י"ב אדר איז געווען ביי מיר אן ווינדער אז אלע בילדינג'ס האט רב"צ פארכאפט און נאר דער "בנות" איז געבליבן נישט פארכאפט?!!

די אלע יידן וואס האבן געזעהן ווי רב"צ האט פארכאפט די בילדינג'ס אין מיט דעם אלעם זענען זיי געגאנגען צו רמ"ד-

פארוואס האבן זיי דאס געטוהן???

טייערע ליינער'ס זאל מיך איינער געבן צו פארשטיין פארוואס האבן זיך איבער 500 בחורים מיט קרוב צו טויזענט ראשי משפחות [אין די גאנצע וועלט] אוועק געווארפן "אללעס" אין געגאנגען צו רמ"ד?!!

ווייל מ'גייט ביי די די"ת געוואונען די די"ת?
הטקסט שלך כאן

קען נישט זיין, ווייל דעמאלס האט נישט אויסגעזעהן אז רב"צ וועט אזוי שנעל זיצן בכלל אין אן בית דין.


אפשר ווייל מ'גייט געוואונען אין קאורט?

קען נישט זיין, ווייל אלע האבן געזעהן תענית אסתר אינדערפרי ווער האט מער רעכטן ע"פ חוקי המדינה..

אפשר ווייל רב"צ האט נישט אפגעגעבן גענוג כבוד פאר זיין ברידער?

קען נישט זיין, אזא זאך אקייגן די פארלוסט פין מוסדות, איז צו א קליינעם גורם.

אפשר ווייל מ'האט געהעצט אקייגן רב"צ אלאנגע תקופה?

קען נישט זיין, ווייל אויב קומט עס נאר פין העצן, וואלט קודם כל קיין חסידים נישט געווען אין די גאנצע וועלט נאר אין בארא פארק ווי מען העצט- אלא מאי אז נישט פין העצן,
ועוד, ידוע אז א גאר גרויסע פראצענט פין די וואס דרייען זיך היינט ביי רמ"ד זענען צוגעקומענער וואס זענען י"ב אדר געבליבן ביי רב"צ אין שפעטער ארובער צו רמ"ד, און נאך י"ב אדר זענען דאך קיין העצער'ס שוין נישט געווען אין 48, איז דאך א סימן אז נישט דאס העצן האט גורם געווען פאר מענטשען אפצולאזן רב"צ.

איז קען מיר איינער געבן א קלאהרן נארמאלער תשובה?

פארוואס האבן אזויפיל מענטשן אפגעלאזט רב"צ ווי איינער וואס אנטלויפט פין פייער וואס יענער טראכט נישט בשעת מעשה פין זיינע נזקים, נאר פין זיך צו ראטעווען דאס לעבן? איבערלאזנדיג אללעס?

די וואס זענען פאר שבועות ארובער צו רמ"ד, האבן נישט געחלומט פין קיין דין תורה וואס גייט זיין.

נישט פין געלט פאר מוסדות, ווער האט געחלומט דעמאל'ס פין אן אייגענער חיידער? אין ווער רעדט נאך פין די מצעגליכקייט אז רמ"ד זאל זיין באבובער רבי? ס'האט אויסגעזעהן ווי "מאן דכר שמיה"!!!!


איז פארוואס זענען די חסידים אוןועק פין רב"צ צו רמ"ד?

רב"צ שטעלט דיר אללעס צו, אלע מוסדות, קעמפס, וואטס נישט?

אין רמ"ד אנהייב האט אפילו קיין הענגער פאר די רעזוואלקע נישט צוגעגרייט!!

איז זאל מיר איינער מסביר זיין פין וואס זענען זיי אזוי אנטלאפן??

איך וואלט זער שטארק געוואלט נארמאלער קלאהרער תשובות סיי פין די חסידי רמ"ד און אויכעט פין חסידי רב"צ- וואס טראכטן ענק?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2005 08:37 לינק ישיר 

די אמת'א ריינער תשובה איז זעהר פשוט אין גלאט,

אין דאס איז, ווייל עס איז אלעמאל געווען אן באהאלטענע ווייטאג ביי די באבובער חסידים, אין ביי די פטירה פין די רב ז"ל האט דאס געפלאצט, און דאס טוט זיי אזוי וויי, און פארדעם זענען זיי אזוי ווילד און אויפגעגעסן, און פארדעם שלאגן זיי, און די סיבה וואס זיי רעדן קעגן רמ"ד איז נישט קיין פערזענדליכע סיבה, נאר ווייל זיי זעהן אין עם דער וואס האט אנטפלעקט די באבובער באהאלטענע וואונד.

א קליינע דוגמא: פרעג א באבובער חסיד -וועלכע באבובער חסיד ביסטו? איז דער חסיד פין רמ"ד וועט דיר גלייך זאגן "רמ"ד"!!! אבער דער חסיד פין רב"צ וועט אללעס ענטפערן נאר נישט דער נאמען "ר' בנציון אריה לייביש" פארוואס איז עס אזוי?

דער תשובה אויף דער שאלה איז דער תשובה אויף דער פריעדיגע שאלה אויבן -

זיי קענען נישט ארויסזאגן דאס ווארט "רבי בנציון אריה לייביש" ווייל דער נאמען און דער מענטש וואס שטייט אינטער דער נאמען, דאס איז עס!!!! ער איז עס!!!! ער איז דער באקאנטער!!!!

וואס מיין איך צו זאגן?

אז רב"צ האט געהאט זעהר א שוואכע היסטוריה, ס'האט זיך אנגעהויבן אין חיידער, ווייטער אין ישיבה, אין און ישיבה גדולה, אלס יונגערמאן בזיוו"ר און שפעטער בזיוו"ש, באבוב האט קיין "כבוד" פין עם נישט געהאט, עד כדי כך אז ביז 8-9 יאהר צוריק האט די יינגע דור נישט געוויסט אז דער "רב" האט נאך א זוהן, מ'האט עם נישט מכבד געווען מיט סידור קידושין נישט קיין כתובה ליינען נישט שמחות, און אויב יא האט קיינער עם נישט אין אכט גענומען,

בנוסף לזה איז ער אויסגעוואקסן אויף זעהר אן "ספוילי" אויפן, ווי א "סנאב" וואס די מידה האט גורם געווען אז ער איז קיינמאל נישט צוגעגאנגען זאגן א ווארט אדער אן שלום עליכם צו א יידן, ער האט אלעמאל געווארט מען זאל צוקומען צו עם,

אין אזוי ווי זיין עלטערע ברידער איז דאך געווען מהופך במידה זו, האט זיין "שטאלצ'קייט" נאכמער ארויסגעשיינט און נאך דערצו זיין אייגענע שווארץ פעקל, איז אויסגעקומען אז קיינער האט עם נישט אהנגעקוקט, און אזוי ווי מענטשן האבן נישט ליב קיין בעלי גאווה, בנוסף די אלע מיני מעש'לעך פין רדיפות קייגן זיין ברידער די רב ז"ל וואס זענען געווען אמת און אזוי האט עס די לעצטע יאהרן אנגעהויבן צו ווערן א סלענג אין באבוב אז רב"צ טשעפעט ר' נפתל'טשן, ס'איז שטארק ארויס ווען רב"צ האט בארעדט די רב ז"ל בענייני החובות פאר זיין טאטן די פריעדיגע רב ז"ל, און די שמועות האבן אויכעט זיך פארשטערקעט ווען אהרן ב"צ בייגל איז געווארן גבאי, און דעמאלס האבן אלע געשמועסט אז ב"צ די רב'ס שטעלט אריין זיינע מענטשן ביי די רב אינדערהיים, אין נאכמער אין דער לעצטער יאהר ווען רב"צ איז אלעמאהל אריינגעקומען 5 מיניט פארן טאטן, אינדערצייט וואס די ברידער די רב ז"ל האט געווארט מיט אלעמען אין בימד"ר אין אלע האבן פארשטאנען אז ר' נפתלי זעהט נישט די רב מעהר ווי א פרעמדע פלעין באבובער חסיד,

און דארטן האט שוין די מחלוקת פלעמער זיך שטארק צופייערט ביי די עולם, פין איין זייט -הייתכן? פין דער צוויטע זייט- זא שטיל! ביז אפאהר וועט ער איבערנעמען זיין ברידער אין די וועסט דעמאלס צוריק כאפן!!!!

און אזוי האבן זיך די באבובער חסידים זיך 5 יאהר געביסן פין איין זייט האבן אלע געוויסט אז רב"צ קען שוין נישט ווארטן אויף די יציאת נשמה פין די רב ז"ל און פן די אנדערע זייט האבן אלע געטראכט "וואס קען מען טוהן? דאס האט מען און פערטיג!!!


און דא אויפ איינמאהל אן "באמבע" רמ"ד איז רבי!!!!!

א וועלטס רבי!! א באבובער רבי מיט א ווייסע ריינע היסטוריע!!!!

א רבי וואס איז אנגעזאפט מיט תורה אין קדושה!!!!









תוקן על ידי - טלית_קטן - 27/12/2005 9:25:43

תוקן על ידי - bzalh - 28/12/2005 18:25:09



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2005 09:12 לינק ישיר 

די שינעווער רב ז"ל טייטש אזוי:

ביי די שבת'דיגע זמירות אינמיטן "כל מקדש" שטייט אזוי:

"הוא אשר דבר לעם סגולתו שמור לקדשו מבואו ועד צאתו" - ווער איז ראוי צו זיין אן מנהיג פאר אן עם סגולה? וויאזוי זאלן יודן וויסן אז זיי דרייען זיך און שעפו יראת שמים מיט חסידישער הדרכה פין אן ערליכן יוד?

דאס זאגט דער פסוק
הוא אשר דבר לעם סגולתו

דהיינו אזא איינער קען זיין אן מנהיג ל"עם סגולתו" צו מדריך זיין יידישע קינדער

שמור לקדשו מבואו ועד צאתו

נאר אזא איינער וואס איז אפגעהיטן משחר ילדותו!!!!







דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2005 08:14 לינק ישיר 

די חסידים זענען פשוט אוועקגעגאנגען ווייל זיי האבען געוואלט האבען א הייליגער רבי.

תוקן על ידי - bzalh - 28/12/2005 18:22:11



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > בנות ציון
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext