בית פורומים באבוב

וואס איז די סוד???

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/1/2006 20:05 לינק ישיר 
וואס איז די סוד???

וויפיל מיידלעך, מאמעס און באבעס ועוד... זענען געקומען נעמען חנוכה געלט פון העסי?
ווי גרויס די עולם איז געווען ביי חנוכה לעכט אז עס איז נישטא קיין איין בילד?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/1/2006 23:58 לינק ישיר 

קרעימער ביסט באזארגט?
גיי צו אן דאקטאר!!

ב"ה ביי די חנוכה געלט טיילן פין די רעבעצין איז געווען מיידלעך אין די שווערע הונדערטער !!! פין בנות ציון

ב"ה יעדן וואך האלטן מיט די טישן קרוב צו 5-600 נפשות, און אלע פארענטשעס פין אלע 3 זייטן זענען פיל, אין מ'האט זיך פאר קיינעם נישט צו שעמען.

ב"ה האט א גרויס עולם מיטגעהאלטן א יעדן ליכטל וואס כ"ק אדמו"ר שליט"א האט געצינדען, און איך האב שיינע בילדער פין די הדלקת הנרות פין זאת חנוכה, און גלייב מיר צו זעהט זייער שיין אויס.


אז ביי ענק האט א קליין עולם מיטגעהאלטן אלע לעכט און נאר זאת חנוכה איז געווען א עולם מיינט נישט אז בי אונז איז געווען די זעלבע.

אז עטס פילסט נישט אהן די פארענטשעס אינגאנצן יעדן וואך, מיינט נישט אז ביי אונז איז ליידיג.

אז ביי ענק האבן די אלע צעטלען פין "דעת רבינו" "פקודת קדשו" גארנישט געהאלפן אין די בימ"ד איז ביי די אסיפה געווען ליידיג מיינט נישט אז ביי אונז ביי חנוכה געלט טיילן געווען ליידיג.

און נישא נאר אז ס'איז דא א עולם, נאר יעדע וואך זעט מען פנים חדשות, וואס נאכן הערן די בבואו מאדום'ס און נייע ניגונים פאר קידוש, קומען זיי צוקוקן וויאזוי די ארגינעלע באבובער רבי פירט זיין מלוכה, און זיי שטייען געפלעפט מיט אפענע מיילער, צוזעהנדיג אזיין ריזן ציבור,

קרעימער קום קוק און צייג דיך איבער

ביי אונז האלט די עולם מיט
אהן די אלע שטיקעס,
אהן די נערישע אויפירעכטס,
אהן די "זיסע נערישע קאמענט'ס" וואס הייבט זיך אהן פיןנאך קידוש ביזן בענטשען"

ביי אונז רעדט מען נישט ביים דאווענען "אהן" דעם וואס די רבי דאווענט בארבע כנפות הבימ"ד,

ביי אונז דארף מען נישט זוכן קיין גרים אויף צו אויפלעבן די איינגעשלאפענע עולם, ווייל ביי אונז איז דער עולם אויפגעלייגט אין דארף נישט קיין חיזוק פין קיין גרים.




תוקן על ידי - the_mouse - 09/01/2006 0:09:20



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > וואס איז די סוד???
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext