בית פורומים באבוב

ר' משה מאיר רעדט היינט אין בית דין

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/2/2006 07:36 לינק ישיר 
ר' משה מאיר רעדט היינט אין בית דין

די היינטיגע סדר היום:

א] אינדערפרי האט צד רב"צ געברענגט ר' י.ד. מייזלס פין די הנהלה פין זייערע כרם שלמה ישיבה קטנה צו רעדן וועגן די הסתה וואס איז לשיטתם אהנגעגאנגען אין די ישיבה  אקייגן רב"צ די לעצטע 5 יאהר.

צד רמ"ד האט פארלאנגט פין בי"ד אז מ'זאל עם נישט אויסהערן ביז אונזערע מנהל פין כרם שלמה הרב ר' ב"צ דוב האלבערשטאם וועט פארשיינען די בי"ד צו קענען ענטפערן אויף זייערע שקרים אויפן פלאץ.

בי"ד האט טאקע געהייסן ווארטן.

-----מארגן וועלן זי ביידע קומען רעדן פארן בי"ד----


ר' משה מאיר איינהארן ראש הקהל ד'באבוב ביים בית דין

ב] מיטאג צייט איז ר' משה מאיר איינהארן ראש הקהל פין די באבובער קהילה איבער 25 יאהר געקומען זאגן עדות ע"פ בקשת הבי"ד.

ר' משה מאיר א דורכגעווייקטע חסידישע  באבובער חסיד אין די הויעכע אכציגער'ס יאהרן וואס איז געווען שטארק דבוק ברבותינו הק' לבית באבוב זצ"ל האט אהנגעהויבן מיט שארפע ווערטער אויף די געשלעפעכטס פין די זיצונגען פינ'ם בית דין זאגענדיג פאר די דיינים אז די גאנצע וועלט ווארט און קוקט ארויף אויפן פסק בי"ד טויזענטער משפחות זענען אהנהענגעדיג אין די פסק  אין גייען נישט צו קיין שמחות איינעם צום צווייטן און וויאזוי קען א בי"ד צוקוקן צו אזעלכע זאכן און צולאזנדיג אז די דין תורה זאל זיך אזוי לאנג שלעפן וכו' און אזוי גערעדט צו די 5 חברי הבי"ד בערך 10 מינוט אז מ'טאר נישט שלעפן אזיין וויכטיגע דין תורה.

שפעטער האבן עם די חברי הבי"ד אהנגעהויבן אויסצופרעגן שאלות אלס די ראש הקהל וואס האט געוויסט פין אלעם וואס קומט פאר, און בי"ד האט עם אויסגעפרעגט אויף די מינוי פין רב"צ אלס רב הצעיר, און ר' משה מאיר האט טאקע געזאגט אז די רב ז"ל האט געפרעגט וואס דאס מיינט, און אז די רב ז"ל האט געזאגט אז דאס איז "א טיטול אהן קיין מיטיל",

אזוי אויכעט האט עם בי"ד געפרעגט "וואס האסטו געטראכט ווען איהר האט אויסגערופן אז מ'איז ממנה רב"צ  פאר רב הצעיר?" ר' משה מאיר האט אויסגעבראכן פארן בי"ד אין א ביטערן געוויין שרייענדיג "ווער האט דעמאלס געטראכט אז ווייניגער ווי 5 יאהר ארום וועט מען דעם רב באגראבן? ווער האט געגלייבט אז מ'וועט הנאה האבן זיך צו ווייקן לאורו לאנגע יאהרן? איך בין דעמאלס געווען זיכער אז רבינו זצ"ל וועט אונז אקייגן פיהרן ביז משיח צדקנו!!"  בי"ד פרעגט ווייטער: "ווער האט געפירט די בימ"ד אין די לעצטע פינף יאהרן? רמ"מ ענטפערט: די איידעמער פין די רב זצ"ל: בי"ד פרעגט איז געווען טעראר? רמ"מ: טעראר מצד די איידעמער? מאן דכר שמיה "צוויי זיידענע איידעלע יינגעלייט"!!! און אדרבה איך אליינס האב זיך כמה פעמים געוואנדן צו זיי כדי צו טוהן עפעס אקייגן די וואס זוכן אינטערצוברעכן די רב ז"ל הנהגה, און זיי האבן פין גאהרנישט געוואלט אפילו הערן!! טעראר? אדרבה ווען די וואס האבן געזוכט אינטערצוברעכן די רב ז"ל הנהגה האבן עפעס געוואלט פין מיר האבן זיי נישט געשיקט ר' חיים דוד בלום............און אזוי האט ר' משה מאיר פארברענגט אין בית דין פאר איבער 2 שעה!, אויף די שאלה ווער לשיטתו דארף זיין רבי? האט ר' משה מאיר געענטפערט "פארדעם זיצט דאך די בי"ד?!"

ג] שפעטער אויף די נאכמיטאג שעהן זענען די חברי הבי"ד מיט די טוענים פין ביידע זייטן ארובער צו ר' יידל אייזן ני"ו א הייסע באבובער חסיד א בן תשעים בליע"ה עד מאה ועשרים, אין גובע עדות געווען פין עם, ע"פ בקשת צד רב"צ אז ער קען מעיד זיין בשמו פין די פריעדיגע רב זצ"ל אז ער וויל אז רב"צ זאל איבערנעמען די הנהגה נאך די רב זצ"ל.

בי"ד האט עם געפרעגט צו "איהר הייסט ר' יידל אייזן?" אויף דעם האט ער געענטפערט אז "יא"
בי"ד פרעגט ווייטער צו "האט איהר געקענט די באבובער רבי ר' שלמה זצ"ל" און ער האט געענטפערט "אוודאי"
בי"ד פרעגט ווייטער "וויפיל קינדער האט דער רבי ר' שלמה געהאט?" אויף דעם האט ר' יידל געענטפערט "איינס" די הייליגע רבי נפתלי'טשע.

בי"ד פרעגט איבער: האט ער נישט געהאט נאך א זוהן?"

ר' יידל: ניין.......א! יא! א קליינטשיג'ס יא!.....נו? ווי האט יענער געהייסן? נו?נו? אה יא! יא! בנציונ'דל!!

בי"ד: וועמען האט די פריעדעיגע רב געוואלט זאל איהערנעמען די הנהגה?
ר' יידל: זיין זוהן רבי נפתל'טשען
בי"ד פרעגט ווייטער : און ווער נישט?
ר'יידל: ר' יונתן בנימין!!!!  [ראוי להוסיף שר' יידל היה השדכן שלו]
בי"ד: א גיטע נאכט אסאך נחת פין אלע אייניקלעך אין איהר אייניקלעך [אהן א טראפ עדות לפי טענתם]




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/2/2006 08:41 לינק ישיר 

בקיצור וואס האבן זיי פין זייערע אלטע?

צוויי מאהל גאהרנישט!

די אמת?

איך האב געמיינט אז ער וועט האבן פין זיי מער!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2006 09:03 לינק ישיר 

סי איז אונזערע אלטע יודן זיי זענען מיט אונז



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 04:51 לינק ישיר 

ווי זענען ענק שרייבער'ס? פארוואס איז באבוב בתפארתה פארמאכט?


וואס גייט פאר? זאגסט דעם אמת!!!

ס'איז א שרעק זיך צו דרייען היינט אין די גרויסע בימ"ד, פשוט מ'קען אריינפאלן אין א טיפע מרה שחורה נאר פין אהנצוקוקן די פנים'ער פין א.א.ל. אדער פין א.ב.צ.ב. וכו' זיי זעהן אויס ווי נאך 3 וואכן זיצן שבעה!

וואס גייט פאר? וואס באהאלטן זיי פין אונז?

אפשר דארפן אונז אויכעט צואמרופן א מיטינג פאר די עולם ביי אן עסקן אינדערהיים אזוי ווי "זיי" האבן פאררופן ביי ש.ב. נאכן פארלירן די בנות ציון?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > ר' משה מאיר רעדט היינט אין בית דין
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext