הערליכע שיינע מלוה מלכה איז פארגעקומען היינט אין די מתיבתא עץ חיים ד'באבוב ווי עס איז פארגעקומען א "מעמד רצון צדיק" דורך די הנהלת "חברת לומדי תורה ד'באבוב" אלס אן הכנה צו דעם ערשטן יאהרצייט פינ'ם הייליג'ן באבובער רב זצ"ל
היינט נאכט מוצאי שבת קודש איז פארגעקומען די גרויסע מלוה ד'מלכה ווי א טויזענט קעפיגער עולם האט זיך באטייליגט ביי די מעמד "רצון צדיק" כדי מחזק צו זיין די בחורים און די יינגעלייט וואס לערנען שעות רצופות לעילוי נשמתו הטהור פין די הייליגער רב זצ"ל.
ווי באקאנט שוין פאר די באבובער חסידים ברחבי תבל האט די הייליגער רב זצ"ל געהאלטן א פייערדיגע דרשה אויף די ערשטע יאהרצייט פינ'ם פריעדיגן רב זצ"ל אין גערעדט פינ'ם גרויסן חשיבות פין לערנען תורה ברציפות אהן א הפסק פין דברים בטלים, אין רבינו זצ"ל האט זיך אויגעדריקט מיט א שארף ווארט אז דאס לערנען ברציפות איז "מסירת נפש" ממש אין אז די כוח לימוד ברציפות איז זעהר א שטארקע כוח אין עילוי לנשמתו הטהורה פינ'ם טאטן זצ"ל.
בשעתו האבן זיך צוזאמען גענומען יינגעלייט אין אויפגעשטעלט די "חברת לומדי תורה ד'באבוב" אין אוועקגעשטעלט א סיסטעם וואס ארבעט ווי א זייגער, אין זענען טעטיג אין די גאנצע וועלט ווי ס'איז נאר פארהאנען א ישיבה וואס לערנען דארט באבובער בחורים, אין אמעריקע איז עס בעיקר אין די מתיבתא אבער עס האט אסאך סניפים אזוי ווי אין מונסי אדער לייקוואד אין לונדון איז אויכעט דא א סניף פאר די באבובער בחורים וואס לערנען דארט אין און בני ברק איז דא א גרויסע סניף וואס קאנטראלירט אלע ישיבות ווי באבובע בחורים לערנען נאר צו אין בני ברק אדער ירושלים אין אזוי ווייטער.
די "חברת לומדי תורה ד'באבוב" טוט צוזאמנעמען די אהנגעצייכענטע ספעציעל געדריקטע קארטלעך פין אלע בחורים אין יינגעלייטבכל רחבי תבל וואס לערנען שעות רציפות אין זענען זיי מזכיר פארן רבי'ן אין א ספעציעלע כוללות קוויטל וואס די רבי טוט אהנוואונטשען מיט ווארעמע ברכות און ישועות, אזוי אויכעט גייט דער רבי אזוי ווי די רב ז"ל אליינס איבער, איבער די קארטלעך אין קוקן איבער די שעות רצופות רשימות .
אזוי אויכעט ווערט אויסגעטיילט יעדעס יאהר הונדערטער סט'ס ספרים און אנדערע מתנות און הגרלות אזוי ווי טיקעט'ס קיין אמעריקע אדער קיין ליזענסק וכו' די פעולות גייען שוין אהן כמעט 5 יאהר בשעת די עולם איז זיך משתתף מיט די הוצאות אין שטעלט צו הילף פאר די חשובע עסקנים.
אנהייב פין די ימי בשובבי"ם זענען אהער געקומען צופליען פין ארץ ישראל די ראשי "חברת לומדי תורה" כדי זיך דורך צורעדן מיט'ן רבי'ן די פרטים פין די היי-יעריגער "מבצע" וואס וועט זיך צוען ביז די יומא דהילולא קמייתא, אין אזוי אויכעט צוזאמען געשטעלט די סכום געלט וואס פעלט אויס ספעציעל און די תקופה 'ימי השובבי"ם' וואס הונדערטער פרסים ווערט אויסגעטיילט.
יעדע וואך הענגען אויף די עסקנים א קנאפע צאהל מודעות אין די גרויסע בית מדרש מיט די נעמען פין די נדיבים ותורמים ווי מען זעהט ווי די באבובע חסידים פין די גאנצע וועלט טוט צוהעלפן און שטיין צו שטייער די עסקנים כדי זיי זאלן קענען ווייטער אהנגיין מיט די הייליגער ארבעט.
די וואך מוצאי שבת קודש האבן די עסקנים אין אמעריקע [אזוי ווי די פארגאנגענע יאהרן] אהערגעשטעלט א גרויסע מלוה מלכה פאר'ן גאנצן עולם, ביי די "מעמד רצון צדיק" האבן פארשידענע רעדנער'ס פארציילט פאר'ן עולם אין זיי משתתף געווען מיט די אינערליכע אינפארמאציע פין די גרויסע אקוויטעיטן פין די פילע טויזענטער שעות וואס ווערט געלערנט היי-יאהר אלס אן הכנה און לע"נ הטהורה פין די רב זצ"ל וואס און צוויי וואכן ארום וועט זיין די ערשע יאהרצייט.
די מעמד איז געווען זעהר שיין מיט א זעהר אינטעראנסטע תוכן וואס האט געהאלטן די עולם ביי די זיץ פלעצער איבער 2 אין האלב שעה צוהערנדיג די רבנים און עסקנים פארציילן וועגן די גרויסקייט פין לערנען שעות רציפות.
תוקן על ידי - צווייבאבוב - 26/02/2006 9:02:45
 |
|
|