shabbos_23
קענסט ארויפלייגן אז די האסט באקומען אין אישית די פאלגענדע תגובה. *:namespace prefix = o />
- א גוטן, ביטע ארויפלייגן אויפן פורום כ'האב נישט קיין רשות כתיבה. איך בין געווען מוצש"ק ביים שבע ברכות אין עטרת אברהם, לכתחילה האב איך נאר געוואלט גיין פאר אפאר מינוט, ווייל איך האב געקלערט אז עס וועט ממילא נישט זיין אינטערעסאנט (ער איז דאך א אויסגעשפילטע רבי, והא ראי' קיין איין צייטונג באשרייבט עם נישט) איך בין אבער געבליבן איבער א שעה! וואס זאל איך אייך זאגן? דא רעדט זיך פון איינער פון די גרעסטע רבי'ס בדורינו! א געפאקטע זאל עלטערע בעלי בתים - אינגעלייט -בחורים אזא געטריישאפט פון חסידים, אזא איידעלקייט, די זינגען די טאנצן, די זמירות למלוה מלכה, אזא ווארעמקייט, עס האט מיר געגליסט צי בלייבן. עס איז מיר שוין אלעס פארענטפערט. ווער דארף צייטונגען? זיי זענען זייער צופרידן וואס פעלט זיי? זיי האבם א רבי וואס פארקויפט זיי, תורה עבודה גמילות חסדים, זיי האבן איידעלע אין ערענסטע אינגעלייט, חשובע בחורים, וואס הכרת פניהם ענתה בהם, ווער דארף מער? איך דאנק דעם אייבערשטען אז איך בין געגאנגען, יעצט האב איך איינגעזען דעם אמת.
(שיק מיר א מסורת לינק ווי די האסט עס געלייגט ש'כוח)
תוקן על ידי - גל_עיני - 28/03/2006 20:23:42
 |
|
|