*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
וואס איז געווען אין מאנסי נעכטן נאכט ביי די הויז פין שלוימע ברוק?
אן ערך פין 45-50 קאר'ס האבן געבלאקט די גאנצע גאס אין עלטערע יידן האט מען כסדר געזעהן אריינגיין אין ארויסגיין קאכן אין שרייען.
די "זעקליטשינער חסידים" האבן בעצם געהאט אין פלאן צו ברענגען קיין מאנסי זייער באליבטן רבינ'ס זוהן דער באקאנטער "פאר קדושים" חיים שלום'ן אין מיט עם אריינגיין בכוח אין די באבובע בית מדרש אין שרייען "יחי אדוננו מלך המשיח" אבער וויבאלד זיי האבן געהערט אז די פאליציי האט זיי מקדים געווען האבן זיי צוריק געצויגן פין זייערע חעלימשער עצה אין באשלאסן אז מ'גייט לפחות אויפנעמען א נייע רב פאר זייערע 'ריזיגע' קהילה אין מאנסי אין נייע גבאים פאר זייערע נייע געדינגענע בימ"ד ווי זיי פלאנען כרגע דארטן צו גיין דאווענען שבת.
אויף די ליסטע וועמען אויפצונעמען אלס רב דקהילת "זעקליטשין" זענען געווען 3 זעקליטשינער'ס
1. אברהם משה שעיה- ער ווארט שוין אפאהר יאהר אויף עפעס א מכובד'יגע אמט וואס לדעתו פאסט עס לכבודו.
2. אלימלך געללער א זוהן פין חיים געללער א שוואגער פין משה חיים מאנדעלבוים.
3. פנחס יונג – א בעל תשובה פין מאנטשעסטער.
אויף די גבאים ליסטע איז געווען
1. שלמה ברוק
2. יידי פאללמאן
3. בעריש ב"ר דוד רובין
אין אזוי האבן זיך דארטן אלע פעטער'ס אין שוואגער'ס זיך ארום געריסן ארום די כיבודים אין ביזדערווייל איז די צייט געווארן שפעט אין מ'איז געבליבן ביי גאהרנישט אין דער עולם איז זיך אהיים שפעט אויף דערנאכט.
אבער מיט דעם אלעם האט מען שוין יא פארשטאנען ווער וועט באקומען וועלכע כיבוד אין אמט.
אלס רב וועט לכאורה ווערן אויף גענומען דער געללער ווייל זיין ברידער איז שוין רב אין זייערע געדינגענע זעקליטשינער לאקאלע פאליש אין וויליאמסבורג העבער קראלא וואס שיקט זיי צו יעדער תפילה 3-4 בחורים לצירוף מנין אין ממילא אויב ווערט ער רב אין מאנסי וועט שוין זיין ברידער ערלעדיגן אז קראלא זאל שיקן א פאהר בחורים צו מאנסי אויכעט [חוץ פין דער פראטעקציע פין זיין שוואגער [המאומץ] מענדל ציטראנענבוים]
אברהם משה שעיה - וועט זיכער נישט ווערן אויפגענומען ווייל ער איז געבליבן מנהל אין חדר ביי אונז תחת הנהלתינו
אין פנחס יונג זיכער נישט ווייל אפשר ווען ער איז א גר וואלט מען געאמאכט א חתונה אבער אלס א בעל תשובה אין מנהל פין בית יעקב הידועה קען ער רב ביי זיי נישט זיין
אין אלס גבאות איז שלמה ברוק זיכער נישט ווייל ער האט דאך בשעתו געקרוינט ר' הערשיל אלס אב"ד אין בעצם גורם געווען צו די איצטיגער צרה
אין צווישן פאללמאן אין רובין
איז רובין א בעסערע אין גרעסערע לוחם ווי פאללמאן אין ממילא וועט ער זיכער ווערן גבאי.
ואמרו כל העם אמן!!!!