דער קונטרס איז קלאר געשטעלט געווארען צוריק צו האלטען דעם hemorrhage פון דער לעצטע חודש און א האלב. ס'איז פאר קיינעם נישט קיין סוד אז זייט דער מיאוסע באהאנדלונג פון ר' יעקב פיהרער אין קארט (לאמיר אפילו נישט אריינגיין צו ס'איז יא געווען מסירה צו נישט) האט זיך אנגעהויבען א שטראם פון מענטשען וואס האבען געזאגט דיינו.
איבער די לעצטע 6 וואכען איז דא 30 אדער 40 אידען וואס זענען אריין געקומען אין ביהמ"ד אין 45 צום ערשטען מאל זייט פאריאר י"ב אדר. ס'איז אמת אז נישט אלע זענען געבליבען – איינער קומט מפעם לפעם, איינער מער, איינער ווייניגער, אבער אלע זאגען די זעלבע זאך - זיי זענען fed up. און דער אמת איז אז קעמף גילה איז נאר געווען דער מכה בפטיש, דער ווייטוג זאמעלט זיך שוין אן א לאנגע צייט.
און אויב ס'איז דא אזוי פיל וואס האבען גענומען דעם שריט, ווער ווייסט וויפול נאך ס'איז דא וואס וואלטען געוואלט אבער זיי האבען נאך נישט דעם קאראדזש.
|
|