בית פורומים באבוב

די באבוב'ער אינקוויזיציע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/6/2006 08:38 לינק ישיר 
די באבוב'ער אינקוויזיציע

די אנשי רב"צ האבן אין די טעג געהויבן די פרייז פאר די מיידלעך אין די בנות-ציון שולע.

ביז היינט איז די פרייז געווען 2200-2300 $ פאר א מיידל א יאהר אין דאס יאהר נאך דעם וואס די אנשי רב"צ האבן אפגעקויפט די הנהלה פין גאלדבערגער האבן זיי געהויבן די פרייז פארא יאהר צו 4000 $ !!!

די נייע פרייז איז נישט פאר די אנשי 48 !
די נייע פרייז איז נישט פאר די 400 פרעמדע מיידלעך וואס לערנען דארט!!
די נייע פרייז איז "אויסדרוקלעך" נאר פאר די חסידי באבוב 45 !!!!

יינגעלייט וואס רייסן זיך אהיים צו ברענגען אפאהר דאללער צו שפייזן די קינדער.
יינגעלייט וואס ארבעטן זייער שווער צו דעקן די הוצאות אינדערהיים.
יינגעלייט וואס האבן מער ווי איין טאכטער אין די בנות ציון.
יינגעלייט וואס שוויצן אין ארבעטן לאנגע טעג אין נעכט צו צאהלן די חשבונות אין רענט.

זיי דארפן צאלן אין די טעג 4000.00 $ תבין ותקלין פאר די בנות ציון כדי מ'זאל צוריק אריינלאזן זיין טאכטער נעקסטע יאהר אין די שולע.

ס'גלייבט זיך נישט אז די מענטשן וואס פירן אהן די רשעות'דיגע אקציע זענען אויפגעצויגן געווארן אין די באבוב'ער מוסדות.

א ציטער כאפט ארום די ביינער ווען מ'טראכט אריין ווער נאך האט זיך אזוי אויפגעפירט צו יידישע קינדער!!

די אינקוויזיציע וואס זייערע גאנצע תפקיד איז געווען צו פייניגן יידישער קינדער!!!

די נאצי'ס וואס האבן געשמייכלט זעהנדיג ווי א ייד גייט אויס  פין זייערע פיינונגען!!!

אוי לאזניים שכך שומעות  צוהערנדיג פין יינגעלייט וואס זענען ארויף אין בנות ציון אפיס איינשרייבן נאכאמאל זייערע קינדער אויף נעקסטער יאהר,  ווי זיי דערציילן ווי די רשעים האבן זיי מיט א שמייכל מודיע געווען אז די פרייז איז ארויף אין מ'דארף שוין באצאהלן פאראויס די גאנצע געלט!!!!!

אין אינדערזייט שטייט א יינגערמאן וואס דאווענט אין 48 וואס הערנדיג די ווערטער האט זיך זייער צושראקן און געבט זיך א רוף אהן "וואס?    4000.00 $$  ? די פרייז איז ארויף??? און די רשעים בארוהיגן איהם עם זאגנדיג " דיר האט מען נישט געמיינט"......



אין די מגילת אסתר ווערט דערציילט וואס המן האט געטוהן נאכן באקומען די זיגל פין אחשורוש- ער האט גלייך געשוקט בריוון להשמיד ולהרוג את כל היהודים.

אין לדאבוננו חזר'ט דאס זיך איבער נאכאמאל.

נאכן באקומען די "זיגל"- [הנהלה בזמננו] פין משפחת גאלדבערגער ווארפן זיי גלייך ארויס אלע טעכטער פין עלטערן וואס דאווענען אין באבוב 45 !!

זיי טוהן דאס נישט אויב די טאטע דאווענט אין בעלז!
זיי טוהן דאס נישט אויב די טאטע דאווענט אין וויזניץ!
זיי טוהן דאס נישט אויב די טאטע דאווענט אין פאפא!
זיי טוהן דאס נישט אויב די טאטע דאווענט אין אמונת ישראל!

זיי טוהן דאס נישט "נאר" אויב די טאטע דאווענט אין באבוב 45!!!

ווי קען א ייד זיך אויפפירן מיט א זיין אכזריות לגבי א אנדערע ייד?
וויאזוי קען מען מיט א זיין סאדיסטישקייט צוקוקן צו א יידישער פיין?
וויאזוי קען מען נאך א זיין טאג עפענען א סידור צום אויבערשטן?








דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > די באבוב'ער אינקוויזיציע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext