בית פורומים באבוב

שווראץ אויף ווייס #2

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/6/2006 22:46 לינק ישיר 
שווראץ אויף ווייס #2
מצורף קובץ

מצורף קובץ

ס'טיט זיך אין אלע גאסען א פארקער... טרעפיק אויף אלע זייטען... מען קען נישט פאהרען פין 45
גאס ביז די 52 גאס ציווישען די 13 און 16 גאסען... מענטשען יאגען זיך און מען קען נישט אדורך
די געדרענג... אפילו הצלה האט פראבלעמען אדורך צי פאהרען.... מען שטייט און מען ווינדערט זיך
וואס גייט דא פאר... וואס טוט זיך דא... סאיז טאקע א טאג צוויי פאר סוכות אבער אזוינס איז נאך
קיינמאל נישט גיווען... וואז איז דאס???

פשוט ... די צוויי גרעסטע סוכות אין אמעריקע גייען יעצט ארויף מיט'ן פולן טעמפא... די
באבוב'ער און קארטשין'ער סוכות ווערן יעצט פארענדיגט אויפ'ן גרויסען פארנעם, און אלע גאסען
זענען פיל מיט טראקס, בודשעט, קאנסטראקשען, קרעינ'ס, וכו' וכו', און גאנץ בארא פארק איז אויף
רעדער... און פין אלע זייטען לויפען ארום בחורים מיט יונגערלייט קוקען וואס דער מאכט און וואס
יענער מאכט, דער איז גרעסער אבער דער איז העכער, דער איז ברייטער אבער דער איז לענגער וכו'
וכו', און די שטאט איז אויף רעדער.

אבער דאס איז אלס ביז סוכות, שטעלט ענק פאר סוכות אליין... מען לויפט אהער און אהין... מען
קוקט אין מען ציילט ווער האט מער מענטשען דער אדער דער... מען שאצט מען איז משער... מען רעכנט
די SF פארענטשעס און די טישען... מען דינגט זיך מען טענה'ט זיך... וויפיל פידלען האט
דער...אבער דער האט די בעסערע שפילערס... דער האט מער ווייל אזוי און אזוי... אה נה! דער האט
מער ווייל אזוי און אזוי.... הקיצור די גאנצע שטאט זשומעט מיט מענטשען... מען גרופירט זיך ביי
יעדע קארנען און ביי יעדע ווינקעל... טויזענטער יודען לויפען אהער און אהין... ס'טיט זיך
ס'לעבט זיך... אבער.............

קראך!...
קוק וואס איך האב געפינען, אין די אויסגאבע עמודי ציון וואס די קארטשינ'ער האבען ארויסגעגבן
צי זייער דינער האבען זיי אריינגעלייגט א בילד וואס האט זיי געדארפט ברענגען גרויס כבוד און
אנערקענונג און די וועלט, אבער מיט אביסל טיפערע הבנה איז די בילד א שווארצע.

ווער עס קען אביסל באבוב זאל ביטע העלפן אידענטיפעצירן וויפיל און ווער אויף די בילד זענען
באבוב'ער, דער פלאכע קאפעליטש? די טשאלענט היט? די ספאדיק? אדער די בענד דאון?, מאך נישט קיין
טעות די פאר הויכע הוטען און שטריימלעך זענען אויך נישט אלע באבוב'ער.

פרעג איך ענק, איז נישט א חוזק אזא זאך, פין הונדרעט מענטשען אפשר פינף צען באבוב'ער, ווער
זענען די איבעריגע? סתם א אנלויפעניש פין כל ... וכל ...? די גרויסע סוכה וואס מען האט געמיזט
איבערבויען פאר שווערע טויזענטע דאלער צי ווייזען אז... ... די מעכטיגע גרינהאוז שלאק...
(וואס דער פריערדיגע רב זצ"ל האט נישט געוואלט לאזען מאכען) די ראולדאון געיטס... אלס
פארוואס? צי שלעפן די גאנצע גאס צי דיין "שאו" איינרעדען יעדען אז די האסט יא א רוב ציבור?

אבער סוף גנב לתליה! דאס איז דיין בילד יישר כח פאר'ן ארויסגעבען...............

וזאת למודעה! אז גראדע אויף די בילד זעט מען די פנים'ער ממילא קען מען אויפווייזען, און דאס
איז א לימוד והוכחה אויף אלע זייערע בילדער פין דער הויך, פין דער זייט און פין יענער זייט,
אז זיי זענען באמת געבליבען מיט א מיעוטא דמיעוטא, און עס איז נישט מער ווי א אויגען
פארבלענדעניש.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > שווראץ אויף ווייס #2
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext