באריכט איבערגעשריבן פון "דער איד" עש"ק בראשית
טויזנטער טאנצן מיט התרגשות ביי הכנסת ס"ת צום בית המדרש דקהל חסידי באבוב אין בארא פארק
בארא פארק. - עס איז שווער צו טרעפן די ווערטער צו שילדערן דעם גרויסארטיגע מעמד "הכנסת ספר תורה" דעם פארגאנגענעם א' דחוה"מ סוכות, ווען עס האבן זיך מיטגעפריידט בשמחת התורה טויזענטער אידן, לכבוד די נייע ספר תורה וואס עס איז אריינגעגעבן געווארן ע"י הרבני הנדיב הרה"ח מוה"ר אלימלך פראנקפורטער הי"ו, אין ביהמ"ד הגדול דקהל חסידי באבוב אין בארא פארק.
דעם פארגאנגענעם יום א' דחוה"מ סוכות נאכמיטאג, זענען זיך צוזאמענגעקומען א ריזיגן ציבור פון אנשים נשים וטף, פארנט פונעם שטוב פונעם נדיב שיחי', צו פייערן דעם פרייליכע מאורע פון די הכנסת ספר תורה.
כ"ק אדמו"ר הרמ"ד מבאבוב שליט"א איז אנגעקומען לביתו של הנדיב שיחי', און איז אריין אין די סוכה פונעם בעל שמחה, וואו מען האט געטרונקען לחיים, און דער רבי שליט"א האט גאר ווארים אנגעוואונטשן דעם בעל שמחה און די בני המשפחה שיחיו, אז די גרויסע מצוה זאל משפיע זיין ברכות רבות פאר אים און פאר די גאנצע בני בית.
דערנאך איז די תהלוכות הספר תורה ארויס אויף די גאס, וואו מען האט מיט גרויס שמחה, בתופים ובמחולות געטאנצט אין די גאסן, לענגאויס די פונפצענטע עוועניו, פון די איין און פופציג'סטע גאס ביז פינף-און-פערציג, צום ביהמ"ד דקהל חסידי באבוב כעת באולם הגדול בית יעקב. וואו די פאליציי האט צוגעמאכט די פילע גאסן ארום צוריק אפצוהאלטן די אויטא פארקער צוליבן דעם ריזיגען ציבור.
אן ערהאבן און א זעלטענער בילד וואס בארא פארק האט שוין לאנג נישט געזען, איז געווען צו זען ווי עס זענען זיך משתתף אין די שמחה לכבודה של תורה טויזענטער אידן, חסידים ואנשי מעשה, ובראשם כ"ק אדמו"ר הרמ"ד מבאבוב שליט"א. די גאסן זענען געווען שווארץ פון מענטשן וואס האבן זיך מיטגעפריידט מיט די שמחת התורה, ווען דערביי באשיינען דעם מעמד א קאפעליע פון הערליכע בעלי מנגנים וואס האבן געזונגען פאסיגע שירים וזמירות, ווי צב"ש "תורת ה' תמימה" לכבוד המאורע הרוממה.
גאר געהויבען איז געווען דער מעמד ווען די ספר תורה איז אריין אין ביהמ"ד, און דער רבי שליט"א האט געטאנצען מיט די ספר תורה, צום עקסטאז פונעם גאנצען ציבור וואס האט זיך ווי געהויבן אין די לופטן, דאס ביהמ"ד איז געווען פול געפאקט מקצה אל הקצה, ובנוסף זענען די פיל-שטאקיגע פארענטשעס געווען פול מיט אברכים ובחורי חמד, וועלכע אלע האבן זיך מיטגעפריידט מיט די גרויסע שמחה.
דערנאך האט דער רבי שליט"א איבערגעגעבן די ספר תורה פאר הגה"צ אבד"ק שליט"א מבאבוב, בשעת דער ציבור טאנצט מיט בשמחה ובהתהלבות, נגיל ונשיש בזאת התורה. דערנאך האט דער רבי שליט"א אריינגעלייגט די ספר תורה אינעם ארון הקודש, און האט מיט גרויס התרגשות פארגעזאגט "לדוד מזמור" פסוק בפסוק מיט'ן ריזיגן ציבור. און עס נאכגעפאלגט די הערליכע נגינה פון די מנגנים אויף "ובנחה יאמר".
דערנאך האט זיך דער ציבור צוגעהערט צו די דברי תורה פונעם רבי'ן שליט"א, וואס האט געזאגט דברי תורה ודברי ברכה, וואונטשענדיג פאר'ן גאנצן ציבור המשתתפים, ובפרט פאר'ן חשוב'ן נדיב ובני ביתו שיחי', "כל הברכות האמורות בתורה".
_________________
