א גאר טייער יונגערמאן וואס איז באקאנט מיט זיין איידלקייט אין מידות טובות, איז אריין אין באבוב 48 דעם שבת ביינאכט כדי אפצוגעבן א מזל טוב פאר זיינ'ס א קרוב וואס האט געמאכט דארט א זכור.
אזוי ווי די יונגערמאן איז א באבובער חסיד פין 45 סטריט זענען די חיות ארויף געטאנצן אויף עם אין איהם גאהר בארבאריש צעקלאפט אין צוביילט, אין איינער פין די חיות האט עם אהנגעכאפט ביים האלז [גארגל] אין איהם אהנגעהויבן צו דערשטיקן ר"ל די יונגערמאן אין עם אזוי ארויסגעשלעפט ווי א שמאטע פינ'ם בית המדרש, די יונגערמאן האט פין שרעק אין יסורים אהנגעהויבן צו מאכן שרעקליכע משונה'דיגע קולות אין ביהמ"ד, אזוי ווייט אז האלב פין די פארענצעס האבן זיך אויסגעליידיגט פין די פילע פרעמדע צוקוקער'ס וואס זענען שנעל צוגעלאפן ארויסראטעווען דעם טייערן איידעלן יונגערמאן פין די ידיים ידי עשיו די צולאזטע 48 חיות וואס האבן ליידער אין די פאר מינוט מצליח געווען שווער אהצושלאגן אין צובליטיגן דעם חשוב'ן יונגערמאן אויף א גאהר מיאוסע אויפן .
נשלח ב-19/12/2006 03:09
יא -
ליידער איז די מעשה נעבעך -
יא -
ליידער איז עס פארגעקומען אינ'ם היכל הבית מדרש
יא-
ליידער נאכדערצו אין די באבוב'ע בימ"ד - ווי באקאנט דא האט אונזערע הייליגע מנהיג די מהר"ש זצ"ל אזויפיל ארום גערעדט פייערדיגע דרשות וועגן טשפעפענען א יודן אין ווער רעדט נאך פין שלאגן ר"ל
יא-
ליידער איז עס געווען בשעת די רב האט געהאלטן אינמיטן קידוש
יא-
נישא גענוג מיט די שבת בראשית? יעצט האט מען אונז צוגעגעבן א שבת חנוכה צו געדענקען.