מעמד קבלת פנים רבתי
ביים יהדות החרדית אין לאנדאן איז דאס געשפרעך אין אלע בתי מדרשים און כוללים און אין די געשעפטן, ביי חתונות און שמחות, ווי אידן טרעפען זיך נאר, די אויסערגעווענליכע געוואלדיגע מעמד קבלת פנים פאר כ"ק רבינו שליט"א וועלכע איז פארגעקומען ברוב עם הדרת מלך למעלה מן המשוער, דינסטאג נאכט פ' ויחי אין דעם ריזיגן שאטער אין הויף פונעם נייעם באבוב'ער בית המדרש אין לונדון אויף לעמפערט גראוו.
לאנדאן געדענקט שוין לאנג נישט - אזא ריזיגן מעמד נשגב אין א פשוטן דינסטאג נאכט וועלכע האט צוזאמענגעברענגט העכער טויזענט אידן נכבדים אישי ציבור, נגידים, בעה"ב, אברכים פון אלע שיכטן און קרייזן, ובראשם אלע גדולי רבני העיר שליט"א, ראשי ישיבות, דיינים, בני תורה, רבנן ותלמידיהון, תלמידי הישיבות לאנדאן.
(כנהוג ווען א רבי פארט שלעפט מיט מאות חסידים וועלכע פילן אן דעם פלאץ, אבער יעצט זענען נאר מיטגעפארן געציילטע מענטשן, און דער גאנצע עולם אינעם שאטער איז געווען באשטאנען פון בלויז תושבי לאנדאן)
עס האט בכבוד ובהערצה באגריסט הגאון הצדיק גאב"ד לאנדאן שליט"א, און בשם חסידי באבוב האט באגריסט זקן חסידי באבוב החסיד המרומם מו"ה משה דוד שטראם שליט"א.
באזונדערס האט אויסגענומען ביים ציבור די דברות קודש פון רבינו שליט"א. דאס אש קודש ביים דרשה און די דברי חיזוק והתעוררות האט איבערגעלאזט א טיפן רישומא קדישא אויפן גאנצען עולם.
עס האט זיך ווידער אויפגעוויזן די סייתא דשמיא און הצלחה וועלכע באגלייט רבינו שליט"א חד מגדולי האדמורי"ם בדורינו מיט עדתו הק' בכל אתר ואתר.
טיילווייזע רשימה פון די רבני העיר שליט"א ביים מעמד קבלת פנים רבתי
הגאון ר' אפרים פאדווא שליט"א גאב"ד לאנדאן
הגאון ר' אלחנן היילפרין שליט"א אבד"ק ראדאמישלא, זקן הרבנים באיירפא
הגאון ר' חיים וואזנער שליט"א רב דק' סאטמאר
הגאון ר' יוסף באב"ד שליט"א דומ"ץ בעלזא
הגאון ר' אליעזר דוד פריעדמאן שליט"א רב ביהמ"ד בעלז-מאכנובקא
הגאון ר' יוסף פאדווא שליט"א חבר הביד"צ ורב חשב האיפוד
הגאון ר' זאב פעלדמאן שליט"א רב דקהל תורה עץ חיים
הגאון ר' שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ וחבר הביד"צ
הגאון ר' חיים פינטער שליט"א אב"ד בקאווסק
הגאון ר' יחזקאל פריזעל שליט"א דומ"ץ סקווירא
הגאון ר' ארי' ווייס שליט"א דומ"ץ וויזניץ
הגאון ר' דוד גרינהאלט שליט"א מו"ץ הביד"צ
הגאון ר' עזריאל שעכטער שליט"א רב ומו"ץ לאנדאן
ליעזשער רב שליט"א
האדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א
האדמו"ר מקאסאן שליט"א
האדמו"ר מסטראזניץ שליט"א
הרה"ג ר' לייבל סטעמפל שליט"א
הרב ר' בן ציון פרישוואסער שליט"א
הרה"ג ר' שלמה פרישוואסער שליט"א אב"ד סאסוב
הרה"ג ר' שלמה מייזליש שליט"א אב"ד קאליש
ועוד
ביים סיום הקבלת הפנים האט מען געקענט זעהן די השתוקקות ביים עולם צוצוקומען צו רבינו שליט"א צו נעמען שלום, דאס געדרעגעניש און שטיפעניש איז געווען זייער גרויס צום אויבנאן. אידן האבן זיך אויך מזכיר געווען להפקד בדבר ישועה. העכער א שעה צייט האט גענומען ביז דער גאנצע עולם איז אדורך געגאנגן.
קביעת מזוזה
מיטוואך אינדערפרי ביים "קביעת מזוזה" אינעם נייעם ביהמ"ד, האט צום ערשט רבינו שליט"א אנגעקלאפט א מזוזה אין היכל התפלה. און דערנאך איז מכובד געווארן הגר"א פאדווא שליט"א גאב"ד לאנדאן צום אנקלאפן א מזוזה ביים שער הבנין .
צדיק גוזר
ביים באזוך ביי הגר"א פאדווא שליט"א גאב"ד לאנדאן, האט דער לאנדאנער רב געפרעגט ר' ב.צ.ד. נ"י ווי פילט זיין טאטע (לרופ"ש). האט ר' ב.צ. געבעטן דער רב זאל מתפלל זיין, האט דער גאב"ד לאנדאן זיך אנגערופן, אנווייזענדיג אויף רבינו שליט"א און געזאגט "צדיק גוזר"