אזוי וואו דערווייל קיינער זאגט נישט וואס איז געווען אין צווייטם טאג פון באזוך, וועל איך געבן א קארצן באריכט פון וואס איך ווייס.
ארום 9:15 איז דער רבי שליט"א ערשינען אין די באבובע שטיבל אין ב"ב אויף רח' נחום. ס'איז געועען א שיינע עולם פון אינגעלייט מיט בחורים, די דאווענען האט זיך פארצויגן ביז 11 אזייגער (ס'איז געווען אויך הנחת תפילין). דער רבי שליט"א האט געבנטשט 'הגומל' און האט מוציא געווען די אנדערע געסט.
נאכן דאווענען האט מען געפארן צום גערער רבי'ן שליט"א אין זיין שטיבל אין ב"ב. נאכדעם איז דער רבי געווען ביי הגאון הרב וואזנר שליט"א אלענגער צייט, אין ביי הרב לנדא שליטא די שטאטישע רב.
מיטאג איז דער רבי געווען ביי הגאון הרב חיים קניבסקי שליט"א אין ביי הגאון הישיש הרב מיכל יודא לעפקאוויטש שליט"א ראש ישיבת פאניעוועז' לצעירים. אין שפעטער ביי כ"ק האדמו"ר הישיש מנאראל שליט"א.
אין די פריע אווענט שעה איז דער רבי שליט"א געפארן קיין שטאט ביתר, וואו אין טויער פון שטאט זענען אפגערווארט די מעיאר פון שטאט מיט ראשי הקהילות, אין דער רבי איז געפארן באזוכן די שטאטישע רב הרב ארדענטליך. דערנאך איז דער רבי ערשינען מיט רבני העיר, צום שטיבל באבוב אין ביתר, וואו איז געווען א שיינע עולם אין מ'האט געזונגען הערליכע ניגונים. דער שטאטישע רב האט גערעדט אפאר ווערטער, אין אזוי אויך העסקן ר' יצחק ראוויץ ראש רשת הכוללים אין ביתר, וואס האבן ארויס געברענגט דו געוואלדיגע כחות פון רבי שליט"א בג' עמודים, וואס איז די ריכטיגע המשכה פון הייליגען דברי חיים. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש.
10 אזייגער איז דער רבי שליט"א געפארן קיין ירושלים, דארט האט דער רבי באטייליגט בשמחת התנאים צו בן הדומ"ץ שליט"א מירושלים. קרוב לחצות לילה איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום כותל המערבי. די ווערטער זענען צו ארעם צו דערציילען אויף די געהויבענע מעמד בראשות הונדערטע אנ"ש מארצינו הקדושה, וואס דער רבי שליט"א האט א לענגערע צייט מעתיר געווען בהשתפכות הנפש, אין נאכדעם די נגוני כיסופין לגאולה השלמה. מה נהדר היה מראה כהן.
דער רבי שליט"א איז לאנג געבליבן און ארט נאכדעם ווען ס'האט זיך געענדיגט די געהויבענע דאווענן, אין האט מעתיר געווען לישועת הכלל והפרט, געליינט קוויטלאך, ונזכה מ'זאל האבן געפויעלט אלעס גוט'ס.
_________________
 |
|
|