רבינו שליט"א בארה"ק - יום השני!
שחרית:
9:00 אזייגער איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו אין בני ברק אויף רחוב נחום, האבן מיטגעדאווענט א גרויסע היימישע עיולם אין אזוי אויכעט די קינדער פין די עלטערע קלאסן פין די ת"ת אין בני ברק מיט מלמדים, רבינו שליט"א האט געלייגט תפילין פאר הב' הבר מצוה בנו של ר' מרדכי שעהנבאך ני"ו פין אשדוד, ביים עולה זיין האט רבינו שליט"א געבענשט ברכת הגומל אין נאכן דאווענען האט רבינו אויפגענומען געציילטע חסידים -
ביקור אדמורי"ם:
די ערשטע באזוך פין היינטיגן טאג איז געווען ביי האדמו"ר מגור שליט"א, רבינו שליט"א האט פארברענגט צוזאמען מיטן גער'ן רבי'ן קרוב צן א האלבע שעה ווי זיי האבן געהאט א ווארעמער און געשמאקע שמועס אין די באזוך איז געווען זעהר שיין, פין דארט איז רבינו שליט"א אריבער צו הגאון פוסק הדור הרב וואזנער שליט"א בעל "שבט הלוי". הרב וואזנער האט זיך גאהר שטארק געפרייט מיט רבינו שליט"א אין האט ארויסגעוויזן שטארקע חביבות אין דערציילט זכרונות פין רבותינו הק' לבית באבוב אין ביים לחיים האט ער געוואונטשן "למען יאריך ימים על ממלכתו" אין ביים זיך געזעגענען האט ער גאהר שטארק געוואוטשן "ווייטער מצליח זיין להגדיל תורה ולהאדירה אין לקדש שם שמים ברבים" - אין האט באדאנקט רבינו שליט"א פארן באזוך.
נאכדעם האט מען באזוכט ביי הרב לאנדא אב"ד בני ברק
הגאון הרב ר' חיים קנייבסקי שליט"א ווי רבינו האט גערעדט בדרי תורה סוגיא ווי די מתיבתא איז יעצט עוסק.
הגאון הישיש הרב מיכל יהודה לעפקאויטש שליט"א ראש ישיבת פאנאוויטש
אין ביי ש"ב די נאראלער רב שליט"א וואס האט דערציילט זכרונות פין אינדערהיים.
אין ביתר:
נאכמיטאג איז רבינו שליט"א געפארן בייזוכן די באבובע שטיבל אין ביתר.
אהנקומענדיג קיין ביתר ביים די אריינגאנג פין שטאט האבן אהגעווארט די סגן ראש העיר מיט נאך עסקנים אין מקבל פנים געווען רבינו שליט"א אין אזוי אויכעט האבן זיך באטייליגט ביי די קבלת פנים אין די שטאט ביתר אלע דארטיגע רבנים אין די אב"ד העיר הרב ארדנטליך האט געהאלטן א דרשה אין אויכעט די ראש העיר הרב פינדרוס האט מקבל פנים געווען אין נאכדעם האט רבינו שליט"א געהאלטן א פייערדיגע דרשה פאר די ריזן עולם פארזאמלטע וואס זענען געקומען מיט האלטן - פין די בימ"ד איז רבינו ארויף באזוכן די רב הרב ארדנטליך אינדערהיים אין פין דארט צוגעפארן צו ירושלים צו שמחת התנאים בבית הדומ"ץ דירושלים הרב אליהו חיים שטרנבוך שליט"א.
איך וועל אראפשרייבן א פאהר ווערטער וואס הרב רביץ די סגן ראש העיר פין ביתר האט געזאגט פאר די איזראעלישע פרעסע:
"די באזוך וואס מיר זענען זוכה אין די שטאט ביתר פין די באבובע רבי וואס איז געקומען פין אמעריקע אין קומט צו אןנז אין שטאט איז א גרויסע התרגשות אין א כבוד פאר די תושבי העיר, די שטאט ביתר האט נישט געהאט צופיל אזעלכע הויכע מאמענטן אין ממילא איז דאס א גאר גרויסע עהרע אין מ'האט זיך טאקע מוגעגרייט לכבודו מיט גרעסטן פארנעם, ווי יעדער ווייסט איז די באבובע חסידות איינער פין גרעסטע אין מכובד'דיגע חסידות וואס טוט באשטיין היינט אלע ווייסן ווי א חשובע פערזענליכגייט די באבובע רבי איז אין טאקע אלע מוסדות אין די שטאט שלאגן זיך אז ביי איהם זאל די רבי קומען וויזיטן בבחינת ווי ביי יעקב אבינו אז די שטיינער האבן זיך געשלאגן אז "עלי יניח צדיק את ראשו" אין אז די באזוך וועט אריינגיין אין די היסטאריע בוך פין די שטאט ביתר" וכו'.
כותל המערבי:
12:00 נאך זיך משתתף זיין ביי שמחת התנאים ביי דומ"ץ ירושלים איז רבינו אהנגעקומען צום כותל המערבי, ביים כותל איז געווען אהנגעגרייט 3 זייטן פארענצעס פיהל מיט חסידים, ווען רבינו שליט"א איז אהנגעקומען איז די געדרענג געווען גרויס אין די מקום האט זיך גאהר שנעל איבערגעפילט מיט הונדערטער חסידי באבוב ואנ"ש, מ'האט געדאווענט מעריב אין נאכדעם האט רבינו שליט"א געזאגט תהילים מיט ציבור מיט גאר גרויסע התעוררות ווי רבינו האט מעתיר געווען פארן עולם אין דערנאך האט מען צוזאמען געזינגען ניגוני בית באבוב ווי "השב" וכו' אין רבינו שליט"א איז פארבליבן שפעטער אליינס כדי צו ליינען די הונדערטער קוויטלעך וואס אנ"ש האט מיטגעשיקט מיט רבינו שליט"א בערך 3 אזייגער איז רבינו שליט"א אהיים פין די כותל.
 |
|
|