בית פורומים באבוב

געפערליכע טעראר אויפן עולם

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/9/2007 00:02 לינק ישיר 
געפערליכע טעראר אויפן עולם

אויב די רב שליט"א איז די ממשיך הטבעי פין זיין הייליגן טאטן ז"ל, טאמער אונז זאגן מיר אז ער איז די ממשיך דרכו עד סוף כל הדורות. 

איז וויאזוי קענען ענק טעראריזרן די עולם מיט אזהרות לגבי העכערן די שכר לימוד אדער סטראשענען מיט ווארפן די קינדער פין די מוסדות אדער ווארפן פין בית מדרש פאר די וואס וועלן שרייבן זייער "רצון" אין נישט "רצון המהר"ש ציטראננבוים". 

ס'איז דאך א שטארקע סתירה. 

מילא אויב די חסידי הרמ"ד וואלטן טעראריזירט זייערע חסידים אין געסטראשעט אין געוואלדעוועט – וואלטן אונז דאך געשריגן – אוודאי! אז מ'איז נישט דער ממשיך הטבעי דארף מען אסאך שוויצן אין שפייען בליט אויף צו איבעררעדן חסידים צו חתמנ'ן פאר עם. 

אבער רבותי! דא רעדט מען פין אונזער רב שליט"א אין די טעראר-רדיפות וכו' ווערן אפגעטוהן דא ביי אונז אין גרויסן ביהמ"ד אפן אין גראב פאר יעדן אהן קיין בושה. 

אויב האלטן אונז ביי דעם מצב אין די נציגים אין בית דין לאזן זיך אראפ צו אזיין נידעריגע אין מיאוסן מדרגה – אפשר איז דאס א סימן ווייל זיי האבן מורא צו פארלירן די בי"ד? אפשר ווייסן זיי עפעס אנדערש ווי זיי פארקויפן פארן עולם? פין וואס האבן זיי אזוי מורא? 

וויאזוי קען זיין אז מ'הייסט עלעטרן סטראשענען די קינדער אדער אייניקלעך אדער אז בעלי בצים זאלן סטראשענען זייערע ארבעטער וכו' די רב שליט"א איז דאך דער ממשיך הטבעי! 

 

אויב די רב שליט"א דארף געוואונען די וואוטס מיט כוח הזרוע והאלים אין אויב אונז זענען די וואס דארפן שפייען בליט אין שוויצן פאר יעדן חתימה, קענסטו מיר נישט פארקויפן אז ער איז "טבעי" ווייל ס'איז בשטח ובמציאות נישט אזוי!

 

העסט שוין אויף מיט ענקערע שטיקעס אין טעראר!

_________________




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2007 08:40 לינק ישיר 

בית דין איז "גובה עדות" פון אלע וואס זענען געשטראשעט געווארן צוליב די חתימות!

_________________

 



תוקן על ידי רבי_חסידים ב- 06/09/2007 8:38:34

 



תוקן על ידי רבי_חסידים ב- 06/09/2007 8:39:46




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2007 19:26 לינק ישיר 

סאיז א גיטע ביזנעס אפענע וואלען פאר זעקס וואכן און נאכדעם גובה עדות (אפען?) זיין וואכען לאנג מקען חתונה מאכען אפאר קינדער דערמיט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2007 22:04 לינק ישיר 

פוק חזי
גיט געזאגט!!!!
ליידער איז די גאנצע מעשה זייער א גרויס ליצנות
עס פארשעמט די גאנצע וועלט פון די"ת
(טאמער עס איז נאך נישט גענוג פארשעמט)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > געפערליכע טעראר אויפן עולם
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext