דעם ערשטן טאג ראש השנה נאך מיין דאווענען אויפן וועג אהיים פון מיין שוהל - בין איך געגאנגן זעהן די באבובער בתי מדרשים - צום ערשט בין איך אריין אין 48 געווען א פילע ביהמ"ד - מען האט געהאלטן אינמיטן מוסף - און האדמו"ר הרב"צ איז געווען דער בעל תפלה - איך בין געבליבן דארט בערך 10 מינוטן - הרב"צ האט הערליך געדאווענט בקול נעימה -
פון דארט בין אין געגאנגן צו 45 - איך קום אריין אין ביהמ"ד איך זעה דאס געפאקטע ביהמ"ד - מענטשן שטייען אויף בענק און טישן - מען טאנצט מען שפרינגט - א מראה וואס איך נאך קיינמאל געזעהן אום ר"ה - איך האב געפרעגט איינעם וואס טוט זיך דא - האט ער מיר געוויזן אין מחזור אז מען האלט יעצט ביי "אין קצבה" - איך האב מיך קוים אדורכגעשטיפט - אין געזעהן ווי האדמו"ר הרמ"ד שטייט און טאנצט מיט א ברען ביים עמוד - און דער עולם ארום שפרינגט ביז צום דאך -
איך בין געבליבען דארט בערך נאך 10 מינוטען - האב איך געהערט א קאפעלע פון אברכים זינגן וכל מאמינים - געווען זייער הערליך און ווארים - און דער רבי זיצט ביים עמוד - מיטן דעם טלית אראפגעריקט פון קאפ - האב איך געזעהן די צוויי גאלדענע קאפליך פון הרה"ק מצאנז ומשינאווא - ווי א חסיד האט מיר געזאגט אז מיט די הייליגע קאפלעך - האבן אין די ימים נוראים געטראגן די באבובער רביים דער מהר"ש און מהרנ"ץ.
ביידע פלעצער האב איך געזעהן איבער טויזענט מתפללים בליעה"ר - אבער לויט מיין השערה איז אין 48 געווען בערך מיט 130 מעהר
נשלח ב-16/9/2007 08:44
רובין, די מיינסט מיר זענען אלע משוגע? די ווילסט שפילען אז די ביסט סתם א באראפארקער מענטש וואס איז פונקט אריינגעפאלען אין באבוב אין און קארטשין. יעדער קען דאך זעהן אלע דיינע פריעדיגע תגובות אין וויסען פינקטליך ווי י בעלאנגסט!!!
נשלח ב-16/9/2007 08:54
צביארי
מיט דיין סטעיטמענט ווער איך נאך נישט אפגעפרעגט - ביז דערוויל בין איך נאך נישט קיין בובובער
איך האב געשריבן דברים כהוייתן - וואס איך אליין בייגעוואוינט - בעיני ראיתי ובאזני שמעתי
און איך האב הנאה געהאט צו באזוכן ביידע באבוב - שיינע גרויסע חסידישע עדות בישראל
נשלח ב-16/9/2007 09:00
צביארי / וחביריו
עטס שרייבסט א כינוי (קארטשין) אויף א עדה אידן - עטס קענסט פארלירען ענקער עולם הבא דערוועגן - עס איז נישט כדאי.