בית פורומים באבוב

פארוואס???

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/9/2007 17:34 לינק ישיר 
פארוואס???

פארוואס חתמ'ט נישט הגאון ר' פסח מיללער?? ער זאגט בפירוש אין זיין דרשה אז ער חתמ'ט נישט...

פארוואס האט מען געדארפט עדיטען edit צבי ארי'ס דרשה (ארויס געשניטן באלד א שעה) פאר'ן ארויסגעבען???

פארוואס קומט נישט חיים בן ציון ריגלער אין בי"ד אפפרעגן יודל אייזען'ס קינדער???



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/9/2007 17:53 לינק ישיר 

1) הגאון הגדול ר' פסח מיללער שליט"א מגדולי תלמידי מהר"ש זצ"ל (לאז הייסן ער חתמעט נישט) האט ברבים בפני אלפי ישראל געזאגט זיין מיינוג "דעת תורה" - עס פעלט נישט אויס זיין חתימה
(אפשר האלט ער עפ"י תורה איז נשטא אזא זאך ווי חתימות - ווי אסאך רבנים האבן שוין געזאגט זייער דעת תורה אין דעם ענין אז זיי פארשטייען נישט דעם גאנצען עסק וואס דער בי"ד האט דא אנגעארבייט)  

2) דער טעיפ איז נישט געעדיט - ווי שוין געשריבן האט מען ארויסגענומען אלע ליידיגע ספעיסעס - און פארשנעלערט (אז די ווייסט יא - אדרבה זאג וואס פעלט)

3)יודל אייזן'ס קינדער זענען אויך נישט געווען ביים בית דין - צו וואס זאל חיים בצ ריגלער גיין - בית דין איז געווען ביי ר' יודל אייזן אין שטוב - ווי ער האט בפני בי"ד מכחיש געווען דאס פאלשע בריוו - וואס ענקער דריי נציגים האבן עס געברענגט פארן בית דין.

ווי איז ר' יודל אייזן געווען תש"ס = פארוואס האט ער נישט איבערגעבן זיין הייליגע שליחות יענעם טאג ר"ח אב -
וועגן איין סיבה - ווייל עס שקר מוחלט מעיקרא

דאס איז ענקער גאנצע הוכחה אז הרב"צ דארף זיין דער מ"מ? עטס פארלאזט ענק אויף פאלשע בריוון און הוכחות.. 

דאס גאנצע וועלט פרעגט  - ווי איז ענקער דעת מהר"ש 

דער אמת וועט זיגן!!!
 



_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/9/2007 18:12 לינק ישיר 

1) קנאפע תירוץ - דא זיצט א בי"ד וואס אונז ביידע צדדים האבן אויסדערוועלט און וואס איז מלומד אין די ענינים - דאס איז דעת תורה -  ר' פסח מיללער איז א גאון מופלג "אבער" ער איז נישט מוסמך בדיינות - ער האט נישט קיין "ידין ידין" - ער האט האט זיכער נישט קיין שימוש און איז קיינמאל נישט צוגעזצען אלס שליש ביי דיני ממונות דין תורה'ס...

ס'איז גלאטיק זילותא דבי דינא צו זאגן אז "אפשר האלט ער עפ"י תורה איז נשטא אזא זאך ווי חתימות" - די רבנים וואס זענען דירעקט עוסק אין די ענינים, זיי זענען קובע דעת תורה.

2) שקר מוחלט! איך האב געהערט פון אסאך פון ענקערע אז ער האט זיך פארעדט און ענק האבן געשניטען.

3) תש"ס, האט ר' יודל גארנישט געדארפט טוהן ווייל מ'האט גוט אויסגעפירט דער רצון מהר"ש, ס'איז נישט געווען קיין ספיקות אפי' ביי ר' משה מאיר. מ'האט דעמאלס מכתיר געווען ביידע ברידער, איינס אלס רב און איינס אלס רב הצעיר, ס'איז נישט געווען וואס מוסיף צו זיין.

אונז דארפן נישט קיין גרויסע הוכחות, מיט 10 יאר צוריק איז עס נישט געווען קיין ספק און אפי' תש"ס איז אויך נישט געווען קיין ספק - ענקער רבי אליין האט כמה פעמים געזאגט אז ער פארשטייט אז לאחר מאה ועשרים וועט מהרב"צ איבערנעמען - יעדער קינד האט פארשטאנען אז מהרנ"צ זצ"ל האט נישט קיין זוהן און אז דאס איז דער בעסטע סאלוציע.

דער אמת וועט זיגען??? לאמיר זעהן צו ווען בי"ד וועט פסק'נען גלאטיק ווי אונז צו ענק וועלן נישט בארעדן דעם בי"ד אדער גאר צוריק לויפן אין ערכאות...

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/9/2007 18:29 לינק ישיר 

אויב ר' פסח מיללער חתמ'ט נישט מיינט עס אז מען דארף נישט, עס מיינט אז ער ווייסט יא דער אמת, נאר ער קען באשטיין די זיך לאזן פירן ווי א האן צו די שחיטה, ער וויל זיך "נישט" שפילן מיט פייער. ער ווייסט פונקט אזוי גוט, ווי צבי ארי' צוזאמען מיט ענקערע רבי, קלאר די דעת מהר"ש מיטן דעת מהרנ"ץ נבג"מ... נישט קיין ווינדער ער האט מורא פון א חתימה.
ר"ח אב תש"ס האט מען נישט געדארפט האבן ר' יודל אייזן ז"ל ווייל די מהרנ"ץ האט פונקט אזוי געוויסט זיין וטאטענ'ס רצון ווי דער מהרנ"ץ, נישט בחינם האט מען זיין ברידער געמאכט רב הצעיר.
שיניאווער רב האט אויך פארלוירן די רבנות אין צאנז, ירושה מן התורה וכל שום מניכא דאית ליה - צו זיין ברודע וויל ער איז געווען רב אין צאנז, רוף עס קרייזער רב, רוף עס רב הצעיר, רו, ווי אזוי די ווילסט, ער האט פארלוירן אפי' לאחר מאה ועשרים, מיטן שרייען אז עס איז "לו ולא לזרעו".
האלטס ענק פעסט מיט ענקער דיברי סילוף בדברי חז"ל, שרייטס חתנו כבנו, שרייטס יורש. ונראה מה יהיו חלומותיכם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/9/2007 18:45 לינק ישיר 

 

רב הצעיר: א טיטל אן א מיטל
ר' יודל אייזן האט נישט איבערגעבען דעם דעת מהר"ש אים צו רופן רב הצעיר.
ר' יודל אייזן האט קלאר געזאגט פארן בית דין - אז דער מהר"ש האט קיינמאל נישט גערעדט פון אינגערן ברודער - פראטיקאל ביים בית דין.
ר' יודל אייזן עדות'שאפט איז געווארן מופרך מכל הצדדים בפני בית דין 
ר' יודל אייזן עדות'שאפט האט צד 48 געוואלט צוריקציען - בי"ד האט נישט מסכים געווען דערויף 

דער אמת וועט זיגן!!! 

 



תוקן על ידי לאןאתההולך ב- 18/09/2007 19:08:27




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/9/2007 19:20 לינק ישיר 

דעת הרב חיים דוד בלום שליט"א:
 
הרב חיים דוד האט נישט געוואלט רעדן ביי די אסיפה - נישט צו שטיצען די פאלשע "דעת מהר"ש"

הרב חיים דוד האט נישט געחתמעט אויף די תביעות

ער איז אריין צום דיין - כדי די חברה זאלן זעהן ווי ער גייט אריין - אין אינעווייניג ביים בית דין פארשטייט יעדער אז ער האט נישט געגבן זיין האנט צו די מעשה חמס. ווי די יודעי דבר ווייסען

א איד א גוטע ידיד האט אים געפרעגט - צו וואס ער האט געחתמע'ט - האט הרב חיים דוד נישט געענפערט.


_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/9/2007 20:15 לינק ישיר 

פראטאקאל ביים בית דין:
ר' משה מאיר איינהארן שליט"א - וועלכער האט מכריז געווען "רב הצעיר" - האט קלאר געזאגט אז "רב הצעיר" האט נישט געמיינט לאחר מוע"ש - עס האט געמיינט א ענין פון כיבוד - ער זאל טראגען א מכובדיגע נאמען -
עבגאו"צ בב"א.

ר' משה מאיר שליט"א איז געווען ביי די הכתרה פון חתני מרן זי"ע ליל י"ג אדר אין הויז פון אבד"ק באבוב שליט"א.

ר' משה מאיר שליט"א האט שושן פורים אינדערפרי אין ביהמ"ד ברבים געגעבן א קוויטעל פאר כ"ק מרן מבאבוב שליט"א. 
  
דער אמת וועט זיגן!!! 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/9/2007 20:30 לינק ישיר 

די האסט געזעהן דער פראטאקאל פון בי"ד???

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/9/2007 20:48 לינק ישיר 

שלוםברג.

די טאנצט ארום אין ארום אבער צום פוינט ענטפערסטו נישט!

אויף וואס בעיסן ענק אז דאס איז געווען דעת המהר"ש?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/9/2007 20:59 לינק ישיר 

יא, מען האט דאס געהערט ברבים פון די נציגים!  
יא, יעדע האט געזעהן ווי ער גיט א קוויטל פאר מרן שליט"א 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/9/2007 22:00 לינק ישיר 

אין דו גלייבסט דיינע נציגים נאך די אלע לגיונות וואס זיי האבען ענק שוין איינגעבאקן???

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/9/2007 22:07 לינק ישיר 

 

מיר גלייבן אונזער נציגים וועלכער זענען נאמן במלאכתם

אדרבה,  שרייב דא די לגיונות!

ענקער דיין , און ראש השיבה, זענען זיך סותר איינער דעם צווייטען!



תוקן על ידי לאןאתההולך ב- 18/09/2007 22:10:56




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/9/2007 23:45 לינק ישיר 

עטס גייט האבן די מתיבתא אין 48 שעה???

אויף ראש השנה (צוויי יאר צוריק) זענען ענק אין דער 48 שוהל???

שמחה ראטה זאגט 35%  - צבי ארי' זאגט 52% ???

כהנה וכהנה

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/9/2007 01:33 לינק ישיר 

כאלאגאן

איך האב דיר שוין געמאלדן זאלסט שטיין אויף די בימה  אין ביהמ"ד הגדול, אין דער האנט זאלסטו האלטן א פלאקאט "איך בין דער כאלאגאן" און דו וועסט אונז באגריסן מיט גרויס שמחה מיט א
WELCOME BACK

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/9/2007 15:17 לינק ישיר 

ר' יודל אייזן

 

ראשית זענען ר' יודל אייזן'ס קינדער קיינמאל אין בי"ד נישט געווען, ממילא איז דאך גאר נאריש צו זאגען אז מען דאארף אפפרעגן אין בי"ד, והשנית זענען זיי דאך מופרך מכל צד ביי יעדער ישר הולך. אויף די צעטיל וואס ר' יודל חתמ'עט שטייט קודם ר' נפתלי ואחריו ר' בן ציון. פליצלונג אויף די בריף פין די 'בני אייזן' שטייט ביידע צוזאמען אויף איינמאל, וואס ר' נפתלי וועט נישט קענען זאל בן ציון טוען, פארוואס האט ער דאס קיינמאל נישט דערציילט וועון עס איז געווען נוגע. ווי איז ער געווען ווען מען האט גענומען ר' יהושע רובין צי זיין מסדר קדושין און די אנשי רב הצעיר האבן געטענהט אז עס קומט זיך עם? פארוואס האבען די קינדער נישט דעמאלט געזאגט אז אונז האבן געהערט "הרבה פעמים" אז וואס ר' נפתלי וועט נישט קענען זאל בן ציון טוען?!?! ווי זענען זיי געווען שבת בראשית??? ווי אזוי קענען זיי אפילו זאגען אינגאנצן עפיס אנדערש ווי עס שטייט אויפן צעטל מיט זייער טאטענ'ס חתימה?


ווען די בי"ד איז געווען ביי עם אין די היים האט ער פינקט אנגהויבען קאלעכען אינמיטן רעדן !!!! ער האט נאר געדענקט אז ר' נפתלי זאל איבער נעמען און קלאר געזאגט אז ער האט קיינמאל נישט געהערט עפעס אנדערש. נאכ'ן קומען צו גיין זיינע קינדער און זענען מבזה א טאטן לאחר מותו אויפ'ן גרויסען אופן, אלעס פאר פאליטיק?!?!? וואס האט דער דיין געזאגט, אז די ספר חסידים איז א הלכה? אילו היה אבינו כאן היה מצטער. ווי איז די מכבדו במותו?? מען גייט זאגן אז א טאטע האט געקאלעכט ווען יעדע ווייסט אז עס איז נישט אמת נאר וועגן פאליטיק? דארף חיים ב"צ ריגלער קומען אין בי"ד??? זיינע אייגענע קינדער האבען זיך נישט שטערקער געקענט אליין אפפרעגען אין חוזק מאכען פון זיך מיט'ן טאטען צוזאמען.


אפילו די דיין, ראש ישיבה, און יעקב ישראל האבען געהאט מער שכל, און אינגאנצען נישט דערמאנט ר' יודל אייזן ע"ה.

 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > פארוואס???
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext