בית פורומים באבוב

הטוען ר' זלמן גרויז הייבט אהן זיך פארענפערען........

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/9/2007 18:25 לינק ישיר 
הטוען ר' זלמן גרויז הייבט אהן זיך פארענפערען........

היות כידוע אז א גרויסע טייל פון 48 וואס זענען באמת באבוב'ער חסידים, האבן זיך נישט געבויגען צו די טעראר פון 48, און נאכמער, פאר מאנכע האט עס אפילו געמאכט טוישען זייער מיינונג בנוגע צו די הנהגה אין 48, און עס שטעלט זיך ארויס אז 48 האט קוים 750 חתומות פון די "אריגינעלע ליסטע" (זיי פארקויפען אז זיי האבען 1200, ווען פאריאר האבן זיי נאר פארקויפט 950 זיצען מיט אלע שקרים צוזאמען, און היי יאהר נאך ווייניגער פון דעם), און באבוב האט איבער 650 חתומות אהן קיין איין מסירה מודעה, דאס הייסט בערך 44% ביי "אפענע בחורות" הערט מען שוין לעצטענס א נייע ניגון פין די טוען ר' זלמן גרויז.

נעכטן איז פארגעקומען אן עמערדשענסי זיצונג אין די וויזניצע'ר די"ת ווי ר' זלמן גרויז איז א טוען, נאך די זיצונג האבן די וויזניצע'ר חסידים געפרעגט ר' זלמן, נא וואס הערט זיך אין באבוב? האט ער גענטפערט אזוי:

נישט דא וואס צו רעדן זיי האבן מער פון א דריטל, אבער רב"צ האט נאך אלץ א שטארקע רוב...

האבען די וויזניצע'ר חסידים געפרעגט וואס פאר א ראי' איז דאס, סאיז דאך אפענע וואלען? א דריטל מיינט דאך רוב!, ענטפערט ער:

איך בין נישט שולדיג אז מיינע נצוגים האבען גענומען די מהלך אז זיי האבען 85%, איך קען נאר ארבעטען מיט וואס מען געבט מיר...

זעהט אויס אז ער זיכט שוין צו פארענטפערען די פארליסט וואס ער זעהט פאר, שוין איז ער מודה א דריטל? יודל גרובער האט דאך געזאגט ביי די דרשה אז א דריטל איז געהאקעט צרות, מען מיז זעהן עס זאל זיין נאר 18-20%.

רבותי די סוף איז שוין נאנט, אט אט.... כאפט אריין די לעצטע שיינע יו"ט מיט ענקער רבי'ן אין 48 ווייל די קומענדיגע יו"ט וועט שוין זיין נאך די פסק.......




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/9/2007 18:59 לינק ישיר 

אמת ויציב!!!

ר' זלמן האט ממש אזוי געזאגט - דברים ככתבן.


און אונז זענען זעהר באזארגט.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/9/2007 21:36 לינק ישיר 

ווארטס נאר חבר'ה!

650 האבן שוין געוואוט?

סאו וואט!

ענק וועלן נאך געוואיר ווערן וויפיל פין די 650 האבן געוואוט פאר רמ"ד - אפשר 300 !!

איך קען שוין נישט ווארטן צו זעהן ענקערע פנימער ווען עטס וועטס הערן אז איבער האלב פין ענקערע עולם האבן געחתמ'ט פארן רב שליט"א !!!!

אונז ווייסן גאנץ גיט אז עטס קענטס נישט חתמנ'ן קייגן די רב ז"ל א קינד!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/9/2007 21:43 לינק ישיר 

Sweet Dreams

איך האב געהערט די פונקטליכע חשבון פון די טשאקוב'ר רב'ס זון, דאכט זוך מיר ער ווייסט בעסער פון דיר?






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/9/2007 21:50 לינק ישיר 

כבודו
מיר האבן הנאה, ווי מיר זעהן אז עטס געפינט ענק גיט טיף טיף אין.....
אז עטס דארפט אנקומען צו אונזערע וואוטס פאר ענקער רב שליט"א
איז ממש שרעקליך,  און דער מצב ביי ענק איז קאטאסראפיע, א צינאמי, א הוריקען.


דער אמת וועט זיגן!!



תוקן על ידי לאןאתההולך ב- 26/09/2007 21:52:28




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/9/2007 23:50 לינק ישיר 

איך האב גערעדט די וואך מיט איינער פין די וואס זיצן אויף די נאמבער'ס ביי אונז אין ביזדערווייל האבן אונז שוין 1300 חתימות אין עטס האבן אינגאנצן 300 וואס איז 80-20 אויב נישט ווייניגער פאר ענק.

די חשבון איז גאהר פשוט.

אונז האבן מיר 850 אייגענע חתימות מיט נאך א 200 פין ידידי אין אוהדי די רב שליט"א [וואס נישט קיין ספק אז בי"ד וועט עס ערענסא אהנעמען].

דאס איז א 1000 וואטס פלוס אין מיט 300 פין 45 וואס האבן געוואוט פארן רב שליט"א [קאנפירמט פין אינערליכע אינפארמאציע] האלטן אונז ביי איבער 1300 וואוטס אין עטס בלייבטס איבער נעבעך מיט קארגע 300-350 חתימות - דאס איז 20-80 לטובתינו.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/9/2007 00:05 לינק ישיר 

די איבער 800 אידן וואס זענען ביי אונז, וועט קיינער נישט חתמענ'ן פאר ענק, די אלע 650 חותמים , זיי דארפן אפילו נישט חתמנ'ן צו זאגן זייער מיינוג, נאר מיטן אוועקגיין פון ענק, רעדט שוין פאר זיך אליין.
אך און וויי איז פאר ענק אז עטס דארפט האבן אונזערע חתימות. דאס אז עטס האטס נישט מעהר ווי בערך 850 חתימות, דאס איז נישט קיין חידוש ביי אונז, ווייל לויט די רשימת אנ"ש פון באבוב, בלייבט ענק נישט מעהר צו קענען חתמענ'ן.
עטס קענטס גיין זיך בעטען ביי רחמים ביי פרעמדע מענטשען זאלן ענק געבן שטיצע, אבער דאס וועט ענק גארנישט העלפן

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/9/2007 00:17 לינק ישיר 

די איבער 800 אידן וואס זענען ביי אונז, וועט קיינער נישט חתמענ'ן פאר ענק, די אלע 650 חותמים , זיי דארפן אפילו נישט חתמנ'ן צו זאגן זייער מיינוג, נאר מיטן אוועקגיין פון ענק, רעדט שוין פאר זיך אליין.
אך און וויי איז פאר ענק אז עטס דארפט האבן אונזערע חתימות. דאס אז עטס האטס נישט מעהר ווי בערך 850 חתימות, דאס איז נישט קיין חידוש ביי אונז, ווייל לויט די רשימת אנ"ש פון באבוב, בלייבט ענק נישט מעהר צו קענען חתמענ'ן.
עטס קענטס גיין זיך בעטען ביי רחמים ביי פרעמדע מענטשען זאלן ענק געבן שטיצע, אבער דאס וועט ענק גארנישט העלפן
דאס וואס ענקערע שוויצערס ווילען ענק איינרעדן אז עטס האטס 1300 חתימות, דאס קען מען ענק נארנים פארקויפן, עטס האטס נישט די מענטשן דערפאר, מאקסימום מאקסימום אז יעדער וועט חתמענן, בלי יוצא מן הכלל, קענטס עטס נישט האבן מעהר ווי 950
אויך דארפט עטס נישט פארגעסן פון די פילע מענטשן וואס האבן געגעבן א "מסירת מודעה", וואס פאלט אויך אוועק פון ענקערע 850 חותמים.

א פרייליכן יו"ט!! והיית אך שמח!!

דער אמת וועט זיגן!!  

_________________

 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/9/2007 00:38 לינק ישיר 

איך האב הנאה פון דיספקולאצייעס פון 45 וואס רעדען אגאנצע טאג מיט דער קינדער פון די דיינים

חכו מעט עד שתקבלו את התוצאה האמיתית, ועוד מעט יבוא הפסק ונראה אז מה תאמרו בשם בני הדיינים,  



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-3/10/2007 00:20 לינק ישיר 

איך האב נאך א בעסערע ראי' פון אלעם, ווער עס קען אשר לאנדוי, אחד מהטוענים מצד 48, קען באמערקן אזא טויש און מהות פונעם מענטש, כמעט מען קען זאגען אז יצא מדעתו... אזיינע קולות ווען מען טענה'ט זוך מוט איהם, און אזוי נישט צו דו זאך... זעהט אויס עפעס קיצעלט טיף טיף....
אבעט ווי......




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/10/2007 11:44 לינק ישיר 


נו, נו...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/10/2007 15:54 לינק ישיר 

די באבוב 45 רעדין אייביג מיט די קינדער און משפחה פון די דיינים און "הערין" אז ס'איז גארנישט נישט דא און באבוב (די ריכטיגע באבוב, דהיינו באבוב ר' בן ציון) און איך כל אימת וואס איך רעד מיט ענק צוטערין אייך און הייבען אן שאקעלען מיט די אלע אברים און האבין מוירא מיר אנצוקוקען מרב פחד וואס גייט זיין לאחר די תוצאות.
ס'איז פשוט ווי יעצט איז טאג אז באבוב און נאר באבוב (און נישט קראצ'ין) גייט געווינען און די מערכה, באבוב האט ארום צוויי טויזענט (אפילו מער) משפחות און אמעריקע אליין, נישט רעדין פון ארץ ישראל וואס דארט איז דא קרוב צו אכט הינדערט באבובער משפחות, און לאנדאן וואס דארט איז דא פינעוו הידערט, און אזוי ווייטער. און אנטווערפען וואס הגם סאיז נישט דא דארט א גרויסע באבאווע (קיינמאל איז ניש געווען) קהילה הרי אז רובא דמינכר פון די עולם דארט געהערט קיין באבוב 10 פראצענט דארט געהרט פאר די אנדערע זייט.
נחיה ונראה, איך האב שוין ברוך ד' מקיים געוועזען דעם הייליגער רבס' זכרנה לברכהס' רצון און געוועלט פאר זיין באליבסטע קינד כ"ק מרן רבינו שליט"א מבאבוב און מיט דעם בון איך פארזיכער פאר א גוט געבענשט יאהר.
ביי אונז און באבוב רעט מען בכלל נישט פון די וועלן, ענק וויסען פארוואס?, וועגען ס'כאפט נישט א מקום ביי אונז, ביי אונז שמועסטמען בשעות הפנאי (די נישט שעות הפנאי איז מוקדש ללימוד התורה כרצון רבינו שליט"א) פון די הייליגע דיבורים קדושים וואס רבינו שליט"א האט געשמוהס'ט ביים טיש, פון די מוירעדיקע געהויבענקייט וואס מעשפירט ביי די הייליגע הקפות, די נקודות וואס דער באקאנטער צדיק הרב ר' חיים דוד בלום שליט"א האט מעורר געוועזען ביי זיינע דברי חיזוק וואס ער געבט כסדר בבית המדרש הגדול. און אזוי ווייטער.

איך בין מציע פאר א יעדע חכם לב, זאל אביסעל קומען טועם זיין פון דער לעכטיגער אור וואס רבינו שליט"א שטראמט ארויס, און נישט גלייבען די באבע מעשהלעך וואס מען פראבירט כסדר צו פארקויפען, איך פארשטיי אביסעל די יונגערע דור וואס געפינזיך ביי די אנדערע זייט, זיי זענען פשוט בגדר 'תינוקות שנשבו', איך בין זעכער נייו און ניינצוג פראצענט אז אויב זיי וועלען קומען בנטיה טובה צו הייליגען רב שליט"א, וועלען זיי אנדערש קוקען די בילד און אפי' בלייבען ביי רבינו שליט"א.
                                                       טעמו וראו כי טוב

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/10/2007 16:35 לינק ישיר 

אונז האלטען שוין נאך די טעימה

האב א גועטן יאר און א זיסע טעימה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/10/2007 17:56 לינק ישיר 

 

היכל באבוב

משפחות פון אנשי 48 איבער דער וועלט, לפי רשימת אנ"ש דבאבוב  

אמעריקא - ארום 900 משפחות
ארץ ישראל -  180 משפחות
לאנדאן - 52 משפחות
אנטווערפן - 18 משפחות

די שרייבסטו האסט מקיים געווען דעם רב ז"ל רצון "וועלכע רצון" "וואס פארא רצון" אפשר דעם רצון פון מחלוקת וואס דאס איז געווען זיין רצון כל ימיו, אדרבה שרייב קלאר וועלכע רצון די האסט שוין מקיים געווען.

דער צדיק ר' חיים דוד בלום האט נישט געוואלט רעדן ביי דעם אסיפה כללית, ווייל ער ווייסט דעם אמת, יא שיינע שמועסן פון חסידות דאס וועט ער זאגן, אבער פאלשע מעשיות וועט ער נישט נאכדערציילן.

וואס טייטשט: וואס דו שרייבסט "הייליגען רב שליט"א" זיי עס מסביר פארן יונגער דור.

דער אמת וועט זיגן !!!

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/10/2007 19:42 לינק ישיר 
א חילוק צווישען צוויי מחנות

מדרייט זיך אין באבוב און מפאלט אריין דארט, א ציבור וואס איז אמאל געווען איינס,

און היינט איז עס פשוט נישט צוצגלייכען איינס צום צווייטען, סאיז הימעל מיט ערד,
וואס צוויי און האלב יאר מאכט א חילוק, למשל:

איך קום אריין נאך יום כיפור אין באבוב פרעג איך א חבר מיינס,
וואס הערט זיך מיט די בחירות?

 ער קוקט מיך אהן מיט אזעלעכער מאדנע אויגין, כאילו כבין אראפ פון די לבנה,
כאילו איך האב עם אויפגעוועקט פון שלאף!

ער פרעגט מיך: האסטו געהערט עיו"כ אזא "ירצה צום עמך"?
אדער די התעוררות און השתפכות הנפש ביי "כל נדרי"?
אדער די מוראידיגען מעמד פון דעם "ראדישיצער ניגון" ביי נעילה?
דער התלהבות ביי די הקפות?

ווער רעדט אדער קלערט פון בחירות דא?
וואס פאדייסטו מיר דעם קאפ מיט נארישקייטען?

 איך גיי אריין דארט און שטעל די זעלבע פראגע.

באפאלט מען מיך באלד מהאט שוין 500, און 600. און זיי האבען אזויפיל און אזויפיל!
(בדרך אגב, פין 52% רעדט שוין קיינער נישט)

און פאר די געקויפטע עליי' $600.000
און האסטו געהערט פון די 5 מיליאן דאלאר מי שברך פון דונער?
דעם גיטען שפיצעל וואס מהאט זיי אנגעטין ערב יום כיפור מיט די כפרות?

און האבטו געזען דער פיקטשער פון דעם ריזיגער עולם אין די סוכה? 

אין באבוב רעדט מען פון די הייליגע עבודה, די נענועים, די טישען, 
נייע ניגונים, א חן, א ווארעמקייט, א לעכטיגקייט פון א יו"ט,
מהאט אפילו נישט קיין צייט פון טראכטען פון עפעס אנדערש,
מקלערט אפילו נישט וואס טיט זיך ביי זיי אדער דארט!
דער עולם פילט זיך אזוי געהויבען און קדושה'דיג, און מאיז פאר נימען מיט זיך.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/10/2007 19:48 לינק ישיר 

איך האב אויכעט אזוי געזאגט פאר 2 יאהר נאכן קעמפ פסק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > הטוען ר' זלמן גרויז הייבט אהן זיך פארענפערען........
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext