| נשלח ב-9/10/2007 15:46 |
|
| |
מילוואקי גרייט צו א פרישע די"ת!
עס האט מיר אלעמאל געווינדערט, וואס האבן די טברסקי'ס פארלוירן אין 45?
נאכן דורך קוקען די זאך טיף, נאכ'ן זיך אינטערסירן און דערגיין עטליכע סודות'דיגע אינפארמעישאן, האב איך
דערגרייכט א באמבע.
אויב גייט רמ"ד געווינען דער די"ת אזוי ווי עס איז פאראויסגעזען דורך חסידי 45, א לענדסלייד געווינס, וואס לויט
געוויסע שרייבערס דא אויפ היידפארק גייט עס אינקלאדען די ביהמ"ד אויף 48 סטריט.
גייען די מילוואקיס נעמען רמ"ד אין די"ת
ליינט וויאזוי:
אויב רמ"ד געוואונט גייט עס זיין בעיסד אויף 2 עיקר טענות:
1. חתנו כבנו!
2. רב הצעיר, איז א טיטל אן א מיטל.
נא! אויב אזוי, קומט דאך אויס, אז די מהר"ש'ס זיין רב הצעיר, מיינט גארנישט, הלברשטאם מיינט דאך זיכער
גארנישט, די מילוואקי איז געווען א היבשע פאר יאר עלטער, "חתנו כבנו" ער איז דאך א זון ממש, און ער איז געווען
עלטער.
מען דארף עס גארנישט מסביר זיין.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2007 16:09 |
|
| |
אוי, ס'איז זייער גוט...
אבער נאכן חוזק, חתנו כבנו איז נאר ווען ס'איז נישטא קיין קינד. א בפירושע פסוק אין חומש.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2007 16:18 |
|
| |
ווי איז דער פסוק??? איך זיך עס נאך...
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2007 16:19 |
|
| |
פרשת פנחס
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2007 16:34 |
|
| |
כ'האב געזוכט - איך זעה נישט קיין איין ווארט פון חתנו כבנו...
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2007 17:18 |
|
| |
גיי רעד צו א באנדע אמעראצעם.
אין פרשת פנחס שטייט:
וְאֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, תְּדַבֵּר לֵאמֹר. אִישׁ כִּי יָמוּת, וּבֵן אֵין לוֹ וְהַעֲבַרְתֶּם אֶת נַחֲלָתוֹ, לְבִתּוֹ: וְאִם אֵין לוֹ, בַּת וּנְתַתֶּם אֶת
נַחֲלָתוֹ, לְאֶחָיו.
די ירושה גייט צו דער טאכטער, אזויווי דא קען די טאכטער נישט ירשנ'ן, "אפי' זי האט חתונה געהאט!", גייט עס
צו איר טאטע'ס ברודער....
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2007 17:36 |
|
| |
א פשוטע פסוק אין די תורה, און בית דין קען זיך נישט א עצה געבען, זאל קומען הרב שלוםבערג שליט"א צום בי"ד און עפענען דעם חומש, און ווייזען א אפענע פסוק אין די תורה, און געענדיגט דער גאנצע עסק, אין געציילטע מינוטין וועט זיין והכל יבוא על מקומו בשלום.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2007 18:07 |
|
| |
ביי אונז אין וויזניץ האט מען געזאגט בני אהרן ולא בנות אהרן
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2007 18:18 |
|
| |
רמב"ם הלכות נחלות פרק ו' א' אין אדם יכול להוריש מי שאינו ראוי ליורשו. רעבעצין
אונגער קען נישט ירשנ'נען קיין רביסטווע - כל מה שקנה אשה קנה בעלה מיינט
אז כדי דער מאן זאל קונה זיין עפעס מכח זיין פרוי, מוז זי עס קודם קונה
זיין. לגבי רביסטווע איז רעבעצין אונגער נישט ראוי ליורשו - זי קען נישט
ווערן מנהיג אין באבוב און ממילא קען ער רמ"ד נישט ווערן מנהיג אין באבוב.
דער
טענה פון ירושת שררה איז שוין לאנג אפגעוואנדען געווארן אין בי"ד. מ'רעדט
נאר וועגען ירושת נכסים און מוסדות און צו רמ"ד מעג זיך רופן באבוב מכח
קהל שנחלקו און צו ס'קומט עם עפעס מוסדות מכח ירושה (ד.מ. צו מוסדות ווערן
גערעכענט ירושה פרטית - אויב יא, וואלט רב"צ געדארפט באקומען האלב ביי
זיין טאטען'ס פטירה). איבערדעם וויל בי"ד זעהן די votes - ווען ירושת שררה איז
בכלל א שאלה וואלט votes נישט געהאט קיין שייכות צום דין תורה.
תוקן על ידי האליגאנער ב- 09/10/2007 18:19:10
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2007 18:46 |
|
| |
האליגאנער
פסק בית דין
עס איז יעצט געקומען א פרייליכע ידיעה אז בי"ד האט געלייענט דעם היידפארק און וועט פסקענען אזוי ווי האליגאנער שרייבט.
און האליגענער גייט באקומען דעם פסק געלט.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2007 19:07 |
|
| |
לאן
איז דאס דיין בעסטע תשובה? - שטיי איך גאנץ גוט
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2007 19:20 |
|
| |
אוודאי שטייסט דו גוט, בית דין נעמט אן דיין פסק,
איך בין דיר מציע זאלסט ווערן א דיין און פירן דין תורה'ס.
וועסט מאכן אסאך אסאך געלט,
אפשר טאקע זאל 48 שוין טוישן דעם טוען גרויז און דיך אריינעמען אין די ארבייט.
_________________
|
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2007 19:53 |
|
| |
חתנו כבנו איז נישט קיין טענה והראי' בי"ד האט עס נישט אנגענומען, ווען בי"ד וואלט עס אנגענומען וואלט נישט געווען בחירות
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2007 20:18 |
|
| |
פאוואליע! וואס הייסט זיי נעמען אן מיין פסק? זיי זענען דעת תורה - און דאס שטייט אין די תורה
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2007 20:21 |
|
| |
אויב דאס שטייט און די תורה, פארוואס ווארטמען צוויי און א האלב יאהר?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2007 21:14 |
|
| |
פשוט...
ווייל ווען דער בי"ד וויל זיך זעצן פסק'נען, פארדרייט עטס זיי דער קאפ מיט נארישקייטען.
ענק פראבירן צו צונעמען דער מתיבתא בנין ענק ווילן אז בי"ד זאל ענק אריין לאזן אין גרויסן ביהמ"ד ענק פראבירן צו צונעמען קעמפ שלוה ענק פראבירן צו צונעמען קעמפ מתיבתא ענק פראבירן צו צונעמען קעמפ גילה מ'סטראשעט משה קעסלער מיט'ן לעבן ענק פראבירן צו צונעמען דער בית החיים אז ס'גייט נישט - לויפען ענק בעקיפין אין ערכאות ענק פראבירן זיך אריין צו כאפן אין די נייע בנות ציון בנין ענק ווילען בחירות - אבער נאר פארמאכטע
כהנה וכהנה רבות....
ס'נאך שיין אז ס'נעמט נאר צוויי און א האלב יאר....
תוקן על ידי האליגאנער ב- 09/10/2007 21:17:37
|
|
|
|
|