פאקטען!!! דער אמת וועט זיגען!!! ס'איז
זעהר וויכטיג פאר''ן קהל גוט צו פארשטיין די פאקטען פון בי"ד און די
בחירות - הגם איך האב דאס שוין איינמאל געשריבן, האלט איך אז פאר דעם טעמע
קומט א באזונדערע אשכול...
און דאס איז זעלבס פארשטענדלעך אז "אלע" פרעמדע האבן געחתמ'ט ביי אונז און באבוב...
דאס
איז אויך א פאקט אז יעדער דיין ווייסט פונקטלעך ווער ס'איז באבוב און ווער
נישט און ממילא האבן זיי געלייגט די פרעמדע און באזונדערע פיילס...
נאך א פאקט - ס'איז דא 200+ מסירת מודעות...
נאך א פאקט - אז בי"ד האט געזאגט אז באבוב האט 60% פאר שררה...
נאך א פאקט - אז 30 חתנים האבן געחתמ'ט...
נאך א פאקט - אז אלמנות ווערן נישט גערעכענט...
נאך א פאקט - א איד פון פלעטבוש אדער לעיקוואד קען נישט זיין קיין באבובער (דאס איז אין פראטאקאל פון בי"ד)
איך געב אויף!! - איך קען מיך נישט טענה'ן מיט די שטארקע פאקטען - איך מוז מיך פארלאזן אז דער אמת וועט זיגן...
תוקן על ידי צווייבאבוב ב- 05/06/2008 22:44:17
נשלח ב-2/11/2007 17:10
שוין צו שפעט אויפצוגעבן מיין טייער פריינד!
נשלח ב-2/11/2007 17:12
maybe b"d should split the big b"m the first floor for 45 and the veiber shul for your buchorim & almunes....
נשלח ב-2/11/2007 18:11
טייערע באבובער,
איך זעה אז עטץ שרייט'ס מיט גרויסע רויטע אותיות, ס'איז א פאקט אז באבוב איז 50/50 (אפשר מיינטס עטץ אז 'פאקט' מיינט אז ס'נישט אמת..) איך האב א שווערע קשיא לשטתכם - טעות, ס'איז נישט לשוטתכם ווייל טיף אין הארצען ווייסט עטץ גאנץ גוט די אמת, נאר אזוי ווי עטץ זאגט'ס עכ''פ-
עטץ שרייטס דאך אז עטץ די ריכטיגע באבוב, די ריכטיגע ממשיכי דרך פון
באבוב, צו מיט 'אלה וכאלה' צו מיט פארן צו פרישוואסער'ס חתונה אדער מיט
פארן מיט אל-על, עכ''פ אז ענק זענען די זעלבע באבוב פון אלע יארן, אויב
אזוי פארשטיי איך נישט, עטץ האטס נאר פופציג פראצענט?!! האלב באבוב קומט נישט צו ענק?!! עטץ שעמטס ענק נישט, די ריכטיגע באבוב האט נישט מער ווי א האלבע עולם?!!!
קול ביער, אז די פרעגסט שוין אזעלעכע קשיות שטייסט די זייער זייער שוואך, אינטערעסאנט אז פאריאר זענען נישט געשריבען געווארען דא אין היידפארק די סארט קשיות, עפעס טוישט זיך די דער ניגון!!!
האליגאנער, אינטערעסאנט איז אז אונז האבען נישט געפולט פאר וויכטיג צו דערמאנען דא א פריוואט נאמען, און דוקא די יא, וואס איז שוין דען, ער איז דאך נישט די לעצטע מענטש אויף וועם די גייסט מיר זאגען "He's not missed by anyone", די וועסט עס נאך אי"ה זאגען אויף אריבער נאך הונדרעט יודען.... אגב! איינער האט זיך עפעס די וואך אפגעזאגט פון זיין שטעלע און 48 תלמיד תורה, וואס איז פשט?
נשלח ב-4/11/2007 08:37
אוודאי האט ער זיך אפגעזאגט! משפחת בלומנברג האט זיך אויכעט אפגעזאגט אין משפחת זאפרין האט פשוט זיך געפילט אומבאקוועם אין משפחת לעזער האט פשוט נישט באקומען די ריכטיגע כבוד אין משפחת וכו' וכו'
מ'איז שוין זאט פין ענקערע נערישע תירוצים.
אין פלאץ אז די עולם זאל זיין עקסייטעד פין רב"צ אז ער פירט דאך אזוי שיין אזוי ווי די טאטע "התחדשות" "הקפות" נעמט קער מכלומפרש'ט וכו' וכו' איז די עולם אפ-סעט אין צוביסלעך לויפט די עולם צוריק דאווענען ביי יעקב יוסל'ן אין ברוך דוד'ן אין אנדערע צענדליגע שטיבלעך אין 45 בתוכם
דאס איז די פאקט!
אין פלאץ די עולם זאל לויפן מיט א חשק צו חתמנ'ן אזוי ווי אין 45 האבן געדארפט דינגען א גאנצע סטעף פין קאר סערוויסן צו שלעפן די מענטשן אין געמיזט סטראשענען מיט העכערן שכר לימוד ושאר כל מיני בושין כדי צו שלעפן די עולם צו קומען חתמנ'ן אזוי ווי ס'איז שוין ארויפגעברענגו געווארן פארן בית דין דורך די מענטשן זעלבסט בשעת'ן חתמנ'ן.
נשלח ב-4/11/2007 18:53
טייערע DUMB,
אפשר קענסט דו מיר זאגען ווי מען קען באקומען די "צרור המור". איך האב שוין אזויפיהל געהערט רעדען וועגען דעם, אין איך האב נאך קיימאל נישט זוכה געוועהן עס צו זען. עס וואלט מיר געוועהן זייער אינטרעסאנט.
יישר כח
נשלח ב-4/11/2007 19:28
דאס שרייבעריי גייט ארויס פון די נארמאלע וועזן,
מען זאל זעהן זיך צוריקצוהאלטן פון די ווילדע שרייבערייען, ווייל דאס טוישט סיי ווי נישט קיינעמס מיינונג.
ובפרט איז א עון פלילי צו דערמאנען נעמען לבזיון,
ארור מכה את רעהו בסתר
_________________
נשלח ב-4/11/2007 19:33
רבי
אולי תסביר לי רק דבר אחד למה בשבתות המצב בבית יעקב נראה כפי שתיאר את זה צא"ר , וכל מי שנכנס רואה בקושי 200 טליתים איך האב אסאך גזאגאט, ובטישים נו נו .. ודבר זה חוזר על עצמו מדי שבוע וכל בארא פארק יודעים זאת , ואפילו הרב אבד"ק שלכם צעק על זה בדרשת התעוררות בשבת שובה, נו אז איפה כל החותמים שלכם. מתפללים בדעעש פאפא קיוויאשד דאמברעווא סאסרעגן וכו' אה דאס איז באבוב אה? אה ?
ולעומת זה יצאו ...... תכנס לבאבוב ותראה בלי ע"ה אפילע ביהמ"ד זקנים בע"ב אברכים למעלה מאלף חמש מאות בלעה"ר מיט אונדערטער בחורים כן ירבו, ובטיש הלא גם אתה יודע איך זה נראה כאלף איש מכל הצדדים מקיפים את רבינו שליט"א כחומה לשמוע דברי אלוקים חיים שכל העולם לא מפסיק להתפעל מדברי תורתו של רבינו
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו 75% לבאבוב / % 25 ל........? אנו מחכים לראות איזה שם תקבלו מבית דין.
דער אמת זיגט שוין
נשלח ב-4/11/2007 19:59
משוגע וועסטו שוין נישט ווערן...
נשלח ב-4/11/2007 20:27
סימר
דעם ראש השנה תשס"ח האבן געדאווענט אין 48 נישט מעהר ווי 830 שטריימליך.
אין יעדן שבת איז דאוווענט אין 48 בערך פון 380 און 420 שטריימליך.
_________________
נשלח ב-4/11/2007 20:31
is that a fact or a dream
נשלח ב-4/11/2007 20:37
עס איז א פאקט, און עס געציילט געווארן פון עטליכע וואס דאווענען אין 48
יו"כ איז טאקע געווען ווייניגער,
נשלח ב-4/11/2007 20:40
i think i have to go back to school and learn counting again
unless you give lessons in math, as i know when you see 250 people you count them as 570