בית פורומים באבוב

די וועלט האט זיך גענארט אין באבוב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/11/2007 20:44 לינק ישיר 
די וועלט האט זיך גענארט אין באבוב

די וועלט האט זיך גענארט מיט באבוב

באבוב איז אסאך קלענער ווי זיי האבן זיך אלעמאהל פארקויפט.

איך האב אלעמאהל געמיינט אז באבוב באשטייט פון איבער 3000 משפחות אין אמעריקע, 

אזוי האבן זיי פון זיך אלעמאל געבלאזן אין די גאס, טויזנטער ביי חתונות, טויזנטער ביי הקפות, וכו'

יעצט ביי די וואטן זעהן אלע אז גאנץ באבוב איז ארום די 1700 משפחות .

ממילא פאר די מחלוקה האבן זיי נאך געקענט מאכן א רושם און זיך פאמפן מיט פאלשע נאמבער'ס, יעצט אבער איז די אמת ארויסגעקומען, און סיווייזט זיך ארויס אז סאטמער מיט בעלז נאר אין בארא פארק אליין זענען גרעסער ווי ביידע באבוב צוזאמען!

וואס האט שוין היינט יעדער באבוב? 800? 900? מה כל הרעש?




באבוב דער סימבאל פון שלום.
איך רעד שוין נישט פון דעם אז באבוב האט איינגערעדט די וועלט אז זיי זענען די איידעלע חסידישע אידן וואס זייער סימבאל איז שלום, לויט ווי זיי רייסן זיך ביי די קעפ און טעראריזירן זיך איינעם דעם צווייטען, זענען זיי נאך ערגער ווי די וויזניצער אדער סאטמערער! 

די חילול השם ווי מען זעט דא אין היידפארק ווי זיי שרייבען מיט אזא שנאה אהין און צוריק אן קיין טעם.    
איך האב ידידים באבובער חסידים, מזעט דעם אומבארעכטיגע שנאה צווישן זיי.





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2007 18:10 לינק ישיר 
תשובה נכונה כנה ואמיתית על הערתך

 

קיינמאל האט באבוב געפאמפעט וועגען זיך ווי גרויס סאיז
מהאט קיינמאל נישט און היינט אויך נישט, געספענד יודעןס געלד אויף פראפעגאנדע
אלעס איז געווען בצניעות, און בשקט ובשלוה, אויפן שטילען אופן.
דווקא היינט זעהן מען איין ווי מהאט זיי אינטערגעשאצט

לכאורה איז באבוב באשטאנען פון 3500 משפחות בכל העולם

זייט תש"ס איז געווארען א שטארקע ירידה
ווען אסאך בתי מדרשים און אנדערע רעביס האבען געמאכט יו"ט
אויף דעם שרעקליכען מצב וואס באבוב האט זיך ליידער געפינען
ווען דער מצב בלייבט אזוי נאך אפאר יאהר וואלט באבוב געווען היסטאריע

רמ"ד אונגער האט דאס מערסטע געכאפט אין בארא פארק
ווייל דארט האט ער געהעצט אמערסטען ווען ער איז געווען ביי די מאכט 5 יאהר
אין די וועלט, ווי א"י, איירופע און קאנאדא, זענען זיינע געווינס אסאך קלענער

 
איז לכאורה דער ציבור וועלעכער ציט קיין באבוב בערך 3000 משפחות
און אונגער בערך 500, דאס טרענסלעיט אן קנאפע 15% פון באבוב טאטעל
באבוב איז נאך אלס א גרויסע קהילה פון די גאר גרויסע חסידיסען

 לויט ווי סזעט אויס פון פארלעסליכע מקורות פון די לעצטיגע בחירות
אז דער רמ"ד וועט האבען צווישען 23% און 28% און די בחירות
די זענען אויך נאר פון יונגעלייט פון בערך 23 און העכער
אויך נאר פון די וואס וואוינען אין נוי יארק, נישט פון מאנסי, לעיקוואוד, אאוו.
האבען געוואוט אן ערך פון 1800 ביז 1900 בתי אב

 און אפילו אונגער מיט 500 משפחות האט זיך אויך נישט וואס צושעמען
יא! ער האט א גיטען PR Staff און אינוועסטירט אסאך געלד אין פאבליסיטי
וועלעכער האט געגבען אין די גאס דעם אימפרעשען אז ער האט אסאך אסאך מער.
פאל אריין א פשוטען שבת ביים טיש אדער דאווענען וועסטיך אליין איבערצייגען

איך בין מסכים מיט דיר אז דער צורה פון באבוב איז זייער געדעמעדזשט

יא! באבוב איז געווען ברומו של עולם,
די גאנצע חרדישע וועלט האט ארויפגעקיקט אויף באבוב,
ליידער איז מען געצווינגען זיך צופארטיידיגען אין געריכט און בי"ד
מהאט נישט קיין ברירה, און נישט אלעמאהל קען עס זיין בדרך אהבה ושלום.

 מסכים, דער חילול השם איז נורא ואיום,
מהאט ליידער צובראכען די קריסטאל פון כלל ישראל! בעוה"ר.
און איבער דעם איז דער ווייטאג זער גרויס און די שנאה זער טיף

און סאיז נאר דא איינעם צופארדאנקען פאר דעם

און ווען דער שטן וויל <נאך 60 יאר פראבירען און דארכפאלען>
פארשטעלט ער זיך פארן שר-התורה, גאון הגאונים,

מיינט גארנישט און וויל גארנישט, שיעור כללי'ס, לויפט צו יעדען געלעגענהייט.
אין די אנדערע זייט לויפט מען אפען אין געריכט, טראכט אויס בלבולים ושקרים,
רייצט טייערע קינדערליך אקעגען זייערע עלטערין וכדומה

סאיז באקאנט פון רבי מאירל פרימשלאנער
אז עשו איז אויך געגאנגען מיט סטראקעם און ווייסע זאקען

איי וועסטו פרעגען מזעט דאך אזויפיל זענען אוועק?

דער תירוץ איז אין יעדע קהילה איז דא מענטשען וואס זענען נישט צופרידען
צו מחמת געלד זאכען, אדער כבוד, אדער אטענשען, עוולות וואס זענען געטין נישט ווילידיג,
אדער מאכט! ווען ביז היינט זענען זיי געווען מאכטפול מיט גיטע פעטע פרנסות
און זיי וויסען אז זיי וועלען דאס פאלירען מיט די נייע ראביסטעווע

און לייג צו די אלע אומשולדיגע יונגע קינדער וואס מהאט 5 יאהר פארסאמט
מיט שקרים, בלבולים, שנאת חנם, רדיפות וכדומה
וועסטו דיך ווינדערען ווי קימט אז סזענען נישט ארויס אסאך אסאך מער!...

 

תמצית הדברים,  זענען קרוב צום ריכטיגען אמת און א קלארע פיקטשער
אז די וועסט נאכפאלגען אלע פאקטען (נישט הוילע פראפעגאנדע)
וועסטו זען אז סאיז אזוי ווי כהאב געשריבען

און בעזרת השם וועסטו נאך זען באבוב כשנים קדמוניות
סוועט צוריק קריגען איר לעכטיגען און שיינעם גלאנץ פון אמאל...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/11/2007 19:27 לינק ישיר 

איך בין נישט קיין פרעמרע אין באבוב, איך דאווען דארט מנחה מעריב גאנץ אסאך, איך האב געציילט בענקלען, טישען, איך האב געלייענט נעמען פון די ליסטעס פון די ימים נוראים, בין איך באהאווענט אין די גרויסקייט פון דעם חסידות.

איך האב באקאנטע אין באבוב, וואס בטבעם זענען נישט מגזם.
און זענען נישט אזעלכע אויפטרייבערס ווי די וואס זאגן אז לכאורה האט באבוב געהאט 3500 משפחות. 


1 - די ליסטעס פון באבוב איז געווען בערך העכער 1700 משפחות אין גאנץ ניו יארק

2 - די ליסטעס פון די זיצען אין די ימים נוראים איז קיינמאהל פריער נישט געווען מעהר פון  1400 נעמען, שוין מיט אלע געסט אינאיינעם. דאס יאר תשס"ח איז נישט געווען קיין ליסטע אויף דער וואנט ווי אלע יארן, האב איך געציילט 1144 זיצען, און געהערט פון א גוטע ידיד מיינע וואס האט דאווענט דארט, אז עס איז געווען בערך 850 שטריימלעך.

3 - באבוב האט קיינמאהל נישט געמאכט פראפאגענדע?, גאנצע בלעטער צייטונגען, באשריבען חתונות, נסיעות, בילדער אין גרויסן פארמאט. אזוי ווי אלע הויפן.

4 - וועגן רמ"ד מבאבוב הצלחה, איך בין שוין היבש געווען ביי ביידע טישן, און געציילט אהין און צוריק, דער רמ"ד האט ביי די טישן פון ארום 400/350 אידן און ביי רב"צ מבאבוב איז דא א ארום 100/75 מענטשען מעהר, עס ווענט זיך אויך ווי א שבת. איך האב שוין געציילט שבתים מעהר ביים רמ"ד ווי ביים רב"צ.

5 - דו שרייבסט וועגען בחירות, וועט מען מוזען ווארטן וואס בי"ד זאגט, 48 זאגט זיי האבן צווישען 23% און 28% , און 45 זאגט אז עס איז ארום 44%, אויף דעם דארף מען נאך ווארטן און הערן פון בי"ד.

6 - די מציאות וויפיעל מענטשען ביידע צדדים האבן, וואס מ'זעהט לויט די נומבערס (ואכמ"ל) אז 45 האט בערך 800 משפחות און 48 האט בערך 1000 משפחות, אין דעם ראנג. אביסעל ארויף אביסעל אראפ.

7 - דאס וואס דו שרייבסט אזוי מיאוס וועגען שטן, עשו, דאס שרייט ארויס ענקער גרויסע יסורים פון יענעמס הצלחה גדולה, אבער דאס טוישט נישט די מציאות אז א ריזיגע ציבור פון נאנט צו טויזענט באבובער חסידים יראים ושלמים האבן אויף זיך מקבל מרות געווען האדמו"ר הרמ"ד אלס זייער באבובער רבי.


די שרייבסט, און בעזרת השם וועסטו נאך זען באבוב כשנים קדמוניות
סוועט צוריק קריגען איר לעכטיגען און שיינעם גלאנץ פון אמאל...

איך זעה עס פעלט שוין ביידע גארנישט, יעדער צד האט זיך זיין קהלה נאה, א ציבור פון חסידים ואנשי מעשה, מיט הערליכע מוסדות התורה לבנים ולבנות, ישיבות און מתיבתות און כוללים לשם ולתהלה, און עס איז שוין לעכטיג און גלאנציג, אין ביידע פלעצר.

עס איז שוין צייט צו לעבען מיט די מציאות

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > די וועלט האט זיך גענארט אין באבוב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext