בית פורומים באבוב

פיליבאסטער אין בית דין

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/11/2007 19:41 לינק ישיר 
פיליבאסטער אין בית דין

פיליבאסטער אין בית דין

די עסקנים פון 48, איינזעהנדיג זייער קריטישע מצב ביים פארלירען די אויבערהאנט ביי די וואלן, און בפרט אז בי"ד האט אנגעהויבען ציילען די מסירת מודעות, און זיי האבן געמוזט צוריק צוען פון זייער תביעה, האבן זיי געמוזט נוצען די עצה פון די דעמאקראטען און די שוואכע צייטן אין קאנגרעס, צו מאכן נישט מער און נישט ווייניגער א פיליבאסטער אין בית דין,

קיינער האט נישט קיין הוה אמינא אז א יונגער שנוק ווי פרופסער ברוס וואקסמאן וואס האט נישט קיין שום degree אין געזעץ, זאל זיין דער וואס גייט איבערצייגען די דיינים מומחים די הלכות פון השגת גבול און די געזעצן פון trademark, די דיינים זיצען שוין ביי דין תורה'ס נאך פאר ער איז געבוירען געווארען, אין האבען צענדליגע יאהר און הונדרעטער קעיסעס מיט עקספיריענס, און דא וועט ברוס זיי איבערצייגען אנדערש? איז דען נישט דא א גוטע פרופסר פאר די נושא וואס קען מיט א געשליפען צינגעל צונעמען די זאך איינס צוויי, וואס דארף דער יונגערמאנטשוק אזוי פיל רעדן?

נאר וואס דען, דאס איז אלץ א חלק פון די פיליבאסטער פלאן, מען וועט רעדן און רעדן, און קיינעם נישט לאזען אריינרעדן, ביז.... זיי ווייסען אליין נישט, לאמיר קודם שלעפן און שלעפן און מען וועט שוין זען שפעטער.

די דיינים מומחים האבן גלייך געכאפט די מהלך, אבער היות און הלכות תובע ונתבע מוז מען לאזען די תובע רעדן ווי לאנג ער וויל (דא איז 48 די תובעים), זיצען די רבנים מיט א צינישע שמייכל, מען דרימעלט כסדר איין, וווען מען כאפט זיך אויף, געט מען א פרעג, ער רעדט נאך? און מען דרומעלט צוריק איין, פשוט עס ווערט זיי נמאס די שטותים וואס איין יונגער שנוק קען רעדן אזוי לאנג (פון א בוך ארויס), אינדרויסען פון בי"ד קען מען כסדר זעהן ווי די דיינים גייען ארויס כאפען א שפאציר יעדע פאר מינוט, סאיז זיי לאנגווייליג און נישט אינטערעסאנט אויסצוהערן דעם חכם קופץ בראש.

אפשר זאל מען דינגען די שלאפבעטן פון די דעמאקראטען און וואשינגטאן!

אבער נישט געזארגט 48, די פראבלעם ענקערע וועט נישט גרינגער ווערן מיט שלעפן מער צייט, דער זעץ וועט סייווי זיין sooner or later, אויב נישט היינט וועט עס זיין מארגען.

דער אמת: האט געזיגט, זיגט, און וועט זיגען!



תוקן על ידי צווייבאבוב ב- 23/11/2007 20:21:19




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2007 20:18 לינק ישיר 

צום מנהל האשכול.

אינטערסאנט אז מיינע תגובות מעקסטע אויס ווייל זיי שמעקען דיר נישט. ווען דיינע 45 באליידיגען א יונגערמאן א תלמיד חכם בנש"ק אין ריפען עים "יונגער שנוק" פראפעסאר ברוס" דאס מעג מען יא.

אינזער רבי איז היינט ארימגעגאנגען קיקען ביי די מנינים צי בחורים דאווענען דארט. 

יא דער אמת טיט וויי

באבוב איז ב"ה געווארען אפגעשטויבט עס בליהט

ענק האבן $40,000,000 ?
גיט צי וויסען מע וועט עס נעמען אין באטראכט ביי די דין תורה.
ענק האבן בילדינגס? אינז קענען עס ניצן. אויב מען האט עס געקויפט ע"ש באבוב, אפשר וועט בי"ד פסקענען אז אינז באקימען זיי אין ענק וועלען מיזן קויפען אנדערע



תוקן על ידי bzalh ב- 25/11/2007 20:20:55




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2007 21:45 לינק ישיר 

אויב די דין תורה גייט דיר אזוי גיט פארוואס דארפסטו צוקימען צו אזעלעכע ביליגע טאקטיקען ווי פיליבאסטערס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2007 12:32 לינק ישיר 

אז ענק רופען דאס "פיליבאסטערס" איז א סימן איז דער טאקטיק איז גוט געלונגען, ב"ה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > פיליבאסטער אין בית דין
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext