א חשובע בעל הבית א היימישער באבובער חסיד וואס דאווענט א גאנצע וואך יעדער תפילה אין גרויסן בית המדרש אויף 15-48 אין לערנט דארט אין ביהמ"ד יעדע נאכט מיט א חברותא אין אלע זיינע קינדער זענען באבובער חסידים אין זיינע אייניקלעך לערנען דאט אין די מוסדות האט די וואך געהאט יאהרצייט נאך זיין טאטן ז"ל אין געבעטן די גבאי נישט צופארגעסן אים צו געבן א עליה שבת אינדערפרי כנהוג.
די גבאי איז צוריקגעקומען מיט א ענטפער אז ער וועט קיין עליה נישט קענען בייקומען אין ביהמ"ד אין מ'האט געבעטן אים איבערצוגעבן אז דאס איז ווייל ער האט נישט געחתמ'ט די תביעות צעטל אין בית דין.
דער איד האט נישט געטראכט קיין צוויי מאהל, ס'איז דא ווי צו גיין, אין שבת אינדערפרי איז ער געקומען דאווענען אין באבוב אויף 15-45 אין געבעטן די גבאי פאר אן עליה אין מ'האט דארטן אים בחפץ לב ווי עס פאסט פאר באבוב אים געגעבן א עליה אין אפילו צוס סוף צוגעשטעלט א מנין אין פאליש.
מיינסט נישט אז דער איש מכובד האט פארקויפט אין אלע גאסן אז ער האט נישט געחתמ'ט!, ניין, ער איז א שטילע וואילע איד וואס האט געהאט שכל אין א גיטן רצון אין זיך נישט געוואלט אריינמישן אין די מחלוקת, אין פארדעם האט ער בכלל גארנישט געחתמ'ט, אין פארדעם טוט מען אים דארט אזוי רודפ'ן!
דאס איז באבוב? מעגן זיי זיך רופן באבוב? טוהן זיי דען נישט פארשעמען די נאמען באבוב? רודפן אידן? נישט געבן קיין עליות פאר חיובן? אזוי פירן זיך אויף חסידישע אידן מיט ווייסע בערד? נקמה? ווי האבן עטס זיך דאס געלערנט? ווער איז געווען ענקער רבי אלע יאהרן? באבוב? דאס איז באבוב?
אויב אזוי איז ענקער אויפירעכטס ווען ס'איז שוין דא צוויי באבוב, איז עס פשוט
א נס אז עס איז דא נאך א באבוב, א שרעק אין א פחד ווען מ'טראכט אריין וואס עטס וואלטס אלס נאר נישט אהנגעמאכט מיט ענקער מיאוסע מידות אין רייצערייען ווען ס'וואלט נאר געווען איין באבוב, עטס וואלטן זיך זיכער אויפגעפירט אסאך אסאך ערגער אין געמיינער טאמער וואלטן ענק נישט געהאט א קאמפיטישן!