דאס חרדישע וועלט איז איינגעהילט אין א טיפען טרויער און צער פון דעם פלוצימ'דיגע פטירה פון דעם תורה פילאנטראפ, יחיד בדורו במידת הצדקה,
הטפסר הגדול. בנש"ק כש"ת
מו"ה בן ציון דאננער זצ"ל
א ביטערע טראגעדיע פאר גאנץ כלל ישראל, וועלכע האט פארלוירן דעם גרעסטן בעל צדקה בדורינו, טויזנטער אידן האבן נהנה געווען פון אים, בסבר פנים יפות האט ער מיט א ווארימקייט געטיילט צדקות פאר יעדן נצרך. און מיט אסטראנאמישע סכומים האט ער געשטיצט אלע קהילות וחסידות בישראל, ומוסדות התורה בכל אתר ואתר.
רבותינו הקדושים לבית באבוב זי"ע וועלן אים מקבל פנים זיין בגנזי מרומים
פאר זיינע החזקת והרחבת מוסדות באבוב.
זיין עבודת הקודש פון הרחבת גבולי הקדושה
וועט אי"ה ווייטער נמשך ווערן ביתר שאת ויתר עוז.
כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א איז יעצט מוצש"ק אויפן וועג פון ניו יארק קיין לאנדאן זיך צו משתתף זיין ביי די לוי'.
אויפן פארלאנג פון די קינדער פון המנוח ר' בן ציון דאננער ז"ל וועט דער באבובער רבי שליט"א וויילען עטליכע טעג אין לאנדאן לחיזוק המצב.
אויך כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איז יעצט אויפן וועג קיין לאנדאן צו זיין ביי די לוי'.
יהדות לאנדאן גרייט זיך אויף א מעכטיגע לוי' פון טויזנטער אידן, צו באגלייטען דאס הארץ פון אידן, וועלכע האט פארטיילט פילע צענדליגע מיליאן'ע פונט פאר מוסדות התורה והחסידות און געגעבן גרויסע סכומים פאר משפחות און זייערער שווערער נויט.
עומד מאחורי כסאו של יבדלחט"א כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א בביקורו בלונדון
נשלח ב-23/3/2008 12:43
די לוי' וועט ארויס פון זיין שטוב אום 4:15 נאכמיטאג אין גאלדענס גרין
נשלח ב-23/3/2008 17:05
היינט באבובער יארצייט!!
היינט זונטאג פורים המשולש איז די יארצייט פון הרבנית הצדיקת מבאבוב ע"ה
מרת חי' פראדל הלברשטאם ע"ה די מאמע פון כ"ק מרן אדמו"ר מהר"ש זצ"ל.
אשת חבר בעל כ"ק מרן הקדושת ציון זצ"ל הי"ד
בת כ"ק מרן רבי שלום אליעזר מראצפערט זצ"ל הי"ד בן הרה"ק מצאנז זי"ע
שנפטרה מוצאי שבת פורים המשולש תשל"ד, אין איר שטוב אין בארא פארק,
זונטאג שושן פורים איז געווען די לווי'.
די באבובער רעבעצין ע"ה איז די עלטער באבע פון האשה החשובה מרת דאננער תחי'.
נשלח ב-23/3/2008 17:15
תשעה באב אין 45 "פורים משולש" אין באבוב.
א שמחה פאר אונז אלע אז ענקערע גרעסטער געלט פארשווענדער איז שוין נישט דא ענק צו שטיצן, א אבלות פאר 45 מיטן פארלוסט פין זייערען גרעסטן נדיב.