דער עולם ביי די באבובער לוי'
ביי די לוי' פון די באבובער רעבעצין ע"ה האט זיך יעצט ווידער איבערגעצייגט אז באבוב איז אבסאלוט נישט אזוי גרויס ווי זיי ווילען זיך אהערשטעלן, אלע וואס זענען געווען אין ביהמ"ד בעת די לוי' האבן געשטוינט צוזעהן ווי דאס ביהמ"ד הגדול איז אויסגעליידיגט פון אלע טישן און בענק, און פערציג פראצענט פון ביהמ"ד איז גענצלעך געווען ליידיג, און אפילו אין פארינט איז אינגאנצן נישט געווען געדעכט.
ביי א חתונה ווי עס קומען זיך צוזאם אסאך פרעמדע קוקערס, פילט עס אן די זאלן מיט די פארענטשעס, אבער ביי די לווי' וואס עס זענען געווען נאר באבובער חסידים איז דער עולם געווען גאנץ קנאפ. און דאס היכל הבימ"ד געווען זייער שיטער.
מען האט אפילו געשטעלט מייקס אויף דער גאס וואס איז געווען ליידיג, חוץ פון די כהנים, און נשים.
ווען אזא עולם ווי עס איז געווען ביי די רעבעצינס ע"ה לוי' - וואלט געווען ביי א באבובער חתונה, - וואלט עס געווען א דורכפאל, א דיזעסטער, ביזי בזיונות.
דא קען מען זעהן א קליפ ביים הספד, ווי עס איז א קנאפע עולם, ווי מען שמועסט צווישן זיך אינמיטן הספד, מען דרייט זיך ארום, ווי אינמיטן א שלום זכר!
http://www.youtube.com/watch?v=cIexivqoWiU
זעהטס וואס מיר האבן געשריבען ר"ח כסלו תשס"ח
| די וועלט האט זיך גענארט מיט באבוב |
|
באבוב איז אסאך קלענער ווי זיי האבן זיך אלעמאהל פארקויפט.
איך האב אלעמאהל געמיינט אז באבוב באשטייט פון איבער 3000 משפחות אין אמעריקע,
אזוי האבן זיי פון זיך אלעמאל געבלאזן אין די גאס, טויזנטער ביי חתונות, טויזנטער ביי הקפות, וכו'
ממילא פאר די מחלוקה האבן זיי נאך געקענט מאכן א רושם און זיך פאמפן מיט פאלשע נאמבער'ס, יעצט אבער איז די אמת ארויסגעקומען, און סיווייזט זיך ארויס אז סאטמער מיט בעלז נאר אין בארא פארק אליין זענען גרעסער ווי ביידע באבוב צוזאמען!
וואס האט שוין היינט יעדער באבוב? 800? 900? מה כל הרעש?
|
 |
|
|