נייע ספר מנהגי באבוב - זכרינו לחיים
באבובער חסידים האבן מיט פרייד געזאגט שהחיינו וקימנו והגעינו לזמן הזה היינט ערב ראש השנה תשס"ט.
ביים קויפן דעם נייעם הייליגן ספר זכרינו לחיים - וועלכע האט אין זיך אלע מנהגי באבוב פון די ימי סליחות ביז נאך שבת בראשית.
א ספר וואס באבובער חסידים בכל אתר ווארטן שוין יארן צו האבן ביי זיך אין שטוב, מעיין צו זיין און לערנען די מנהגים פון אונזער הייליגע רבי'ס, און זיך פירען בדרכם הק'.
היינט ער"ה זענען באבובער חסידים פון אלע זייטן געלאפען אין די געשעפטן צו קויפן דעם הייליגן אוצר.
|
|