עס איז שוין נישט דא היינט-צו-טאג ביי אנ"ש48 וואס רעדן זיך איין אז מיר 48 גייען געווינען דעם דין תורה.
אסאך האבן זיך שוין צוגעוואוינט (באלד פינף יאר) אז עס איז דא צוויי באבוב'ס איבעראל, און מען האלט אז בי"ד וועט פסק'נן אז ביידע קענען הייסן באבוב (לויט ווי איך האב אליינס געהערט אין ביהמ"ד פון איינער פון אונזערע נציגים ביים בי"ד, אז מען קען גארנישט טוען וועגען דעם נאמען באבוב). און כלפי די נכסי באבוב ווארט מען אויפן פסק און זעהן ווי אזוי בי"ד וועט עס צוטיילן צווישען די צדדים
והכל יבוא על מקומו בשלום און משפחות וועלן זיך קענען מיטפרייען ביי שמחות.
נ.ב. אויך האט דער זעלבע נציג געזאגט אז דער פסק וועט לכאורה הערשט זיין נאך די ימים טובים תש"ע
|
|