אסיפה פומבית פארגעקומען אין משכנות באבוב
היות אונז האבען מיר געבעטען פאר מער אינפארמאציע, האט מען מיר געשיקט אין אימעיל פארשידענע זאכען וועל איך עס דא ארויף לייגען. מענטשען מיט אינפארמאציע וואס ווילען מען זאל עס דא לייגען כדי ליהנות בהם בני אדם זאלען שיקען צו [email protected]די פאלגענדע ביישרייבונג האב איך באקומען פין איינער וואס האט מיר געשיקט אין אימעיל, א ייש"כ. די אינגעלייט אין משכנות האבען צוזאמען גערופען אן אסיפה צו אלע אירע תושבים, און ארויסגעברענגט מיט ווייטאג וואס עס גייט דא פאר, ווי אזוי אברהם אהרן לעזער (מכאן ואילך הגנב הידוע) האט פארקויפט באנגעלויס, און אינטערגעשריבען א שטר הסכם ווי ער נעמט זיך אויס ברחל בתך הקטנה יעדעס פרט ופרט וואס ער וועט געבען פאר די קונים.
און למעשה וועס עס איז געקומען דערצו האט ער נישט געהאלטען די קלענסטע סעיף קטן פין אלע אפמאכען, און להוסיף חטא על פשע האט ער געמאכט א פאלשע הלוואה און א פאלשע משכנתא אויף די גאנצע פראפערטי, און יעצט מאכט ער פאלשער פארקלאזשער, כדי ווען עס גייט אויף אקשען (auction) זאל ער עס קענען אנקויפען און דורך דעם מפקיע זיין אלע מכירות פין אלע קונים וואס ער האט דערווייל געמאכט.
די יונגע אינגעלייט זענען שאקירט ווי אזוי די פני העדה פין באבוב לאזט צו אזא געמיינע מעשה נבלה, זיי ווייסען נישט צו וועמען זיך צו ווענדען.
נישט נאר דאס, נאר די יונגע יונגעלייט האבען ברוב תומתם געמיינט אז מיט דער גנב הידוע דארף מען זיך אויף פירען אזוי ווי מען פירט זיך אויף ווען ביי אידען איז דא א מחלוקת, האבען זיי געשיקט צוויי הזמנות פין התאחדות הרבנים, אויף וועלכע דער גנב הידוע האט קיין ווארט נישט גענטפערט, נאר מיט גרויס חוצפה אנגרופען די גבאי פין די לשכת הבי"ד (מוה"ר יצחק גליק) און געסטראשעט אז אויב וועט ער נישט אויף הערען צו שיקען הזמנות וועט מען אים מער נישט געבען כבוד אין באבוב.
מוה"ר יצחק גליק גייט אהן אז אינגעלייט מוטשען זיך אין די לינקע פאה, האט ער מודיע געווען פאר די אינגעלייט אז מער קענען זיי פין אים נישט ערווארטען קיין הזמנות און עיקולים, ווייל ער האט גרויס עגמת נפש ווען ער גיט זיי הזמנות.
דער גנב הידוע האט געסטראשעט נאך בתי דינים ווי צ.ב.ש. משה באב"ד וואס דער פסוק לא תגורו מפני איש מיינט נישט אים, און משה באב"ד שר"י וויל אויך נישט געבען קיין הזמנות און עיקולים פאר די אינגעלייט.
דער גנב הידוע האט אויך די באבאווער רב (48) אין די לינקע קעשענע ווייל כידוע פירט ער אהן די דין תורה פאר אים, און די באבאווער רב האט אים צוגעזאגט אז לכה"פ וועט ער זיך נישט אריין מישען און שטערען זיינע מעשים תעתועים.
מורי ורבותי, ער הערט זיך אהן א וויי געשריי פין אינגעלייט וואס ווערען בא'גנב'ט דורך א גנב הידוע לשמצה ולחרפה, א מענטש וואס בא'גנב'ט שוין אנדערע אידען (און גוים רעדט מען שוין נישט בענק אינשארענסט קאמפאניס וכו') יארען לאנג. א נידערטרעכטיגע יונגאטש וואס די תורה מיינט ביי אים גארנישט, און האט נישט קיין זיק יראת שמים, און קיין זיק יראת חטא.
די אינגעלייט אין משכנות זענען אובד עצות, צו וועמען זאלען זיי זיך ווענדען? צו בתי דינים? ער קומט דאך נישט! צו ערכאות? מען טאר דאך נישט!
ווער עס האט נאר שייכות מיט דער גנב הידוע זאל פראבירען מיט אים רעדען און מסביר זיין אז פאר זיין כבוד המדומה וואס אים איז נאך געבליבן, טאמער וויל ער נאך קרעכצען פורים אויף'ן טיש, און אפאר נאראנים זאלען זיך איינרעדען אז עס איז א יודעשער קרעכץ, זאלען אים מסביר זיין אז ער זאל תשובה טוהן אויף זיינע מעשים מגונים, און זיך שטעלען צו דין תורה און אונטער שרייבען שטרי בירורין ווי א פרומער ערליכער איד.
 |
|
|