בית פורומים באבוב

רב"צ בעט זיך ביים בי"ד: ביטע שענקט מיר דאס רבי'סטיווע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/10/2010 07:26 לינק ישיר 
רב"צ בעט זיך ביים בי"ד: ביטע שענקט מיר דאס רבי'סטיווע

 

האלטענדיג ביים לעצטן פאזע, ווען צד ב' – 48, האט אצינד די לעצטע געלעגענהייט, אריין צו געבן אלע זייערע טענות און עדות'ער, פארוואס זייער רב"צ דארף זיין דער רבי, און נישט די יורשים פון רבינו זצ"ל.

 

האט די וואך די צד ב', אין זעלטן מייאוש'דיגער אקט, געברענגט א בריוו געשריבן צום בי"ד, פון נישט קיין אנדערן נאר פון רב"צ, ווי ער שרייבט, און פרובירט מיט אלע מעגליכקייטן, איבערווייזן, און משכנע זיין דעם בי"ד, אז מען זאל אים, געבן דאס רעביסטעווע, ווייל ער איז גערעכט, און ווייל זיין טאטע (רבינו המהר"ש זצ"ל) האט אים אליין אזוי געזאגט אסאך מאהל זינט די יארן פון תש"מ.(זייענדיג א יונגערמאן פון בלויז עטליכע צוואנציג יאר אלט).

 

רב"צ האט אינעם בריוו געשריבן אז דער טאטע האט אים עטליכע מאל אריינגערופן און פארלאנגט און זיך געבעטן ביי אים ער אז זאל זיין דער רבי נאכן ברידער (רבינו זצ"ל), און אזוי אויך בחייו פונעם ברידער זאל ער זיין א רבי אינאיינעם מיטן ברידער, א הנהגה משותפת – א געמיינזאמע פירערשאפט, און דער טאטע האט אים געזאגט, אז כ'האב עס שוין געזאגט פאר דיין ברידער אויך, און כ'זאג עס דיר, דער טאטע האט געבעטן כ'זאל עס אראפשרייבן, אבער כ'האב נישט געוואלט, ער האט נאכאמאל מפציר געוועהן כ'האב אבער נישט געוואלט. עכתה"ד.

 

דער בריוו איז געקומען אינעם זעלטן טאג וואס שמערל ציטראנענבוים איז געקומען ברענגן זיין עדות אז רבינו המהר"ש האט אים געזאגט אז ער וויל רב"צ זאל האבן דעם גרעסטן טיטעל אונטער דעם רבי'ן בשעת דער ברידער איז רבי, און ווען מען האט אים געפרעגט צו דער מהר"ש האט אים געזאגט א ווארט איבער רב"צ'ס איבערנעמען נאך די פטירה פון רב ז"ל, האט שמעריל געענפערט: ער האט קיינמאהל נישט געהערט פון מהר"ש אז הרב"צ זאל זיין ממלא מקום אחיו זצ"ל.

 

פריער און דעם זעלבן טאג זענען אויך אראפגעקומען די קינדער פון ר' יודל אייזן ע"ה, זאגן עדות בשם זייער פאטער, אז רבינו המר"ש האט אנגעזאגט זייער פאטער אז רב"צ זאל ווערן רבי נאך רבינו זצ"ל. (ר' יודל ע"ה האט בחייו אליין מעיד געווען פארן בית דין, אז רבינו מהר"ש זצ"ל האט אים גארנישט געזאגט דערוועגן),

 

און דער בית דין האט נאך אויך נישט פארגעסן פון די עדות'שאפט פון הרב ר' משה מאיר איינהארן, (וועלכע איז געקומען מטעם צד ב' 48), וועלכע האט פארציילט די השתלשלות הדברים פון ר"ח אב תש"ס, ווען אויף די פראגע פון רבינו זצ"ל וואס עס מיינט רב הצעיר, האט ר' משה מאיר קלאר עדות געזאגט אז רבינו זצ"ל האט מסכים געוועהן ווייל ס'איז בלויז א טיטול אן א מיטל.

 

דעראיבער האט בית דין געפרעגט די געוואלדיגע קשיא, אויף דעם בעטענדיגער בריוו פון רב"צ, אז עס שטימט פשוט נישט.

שמעריל זאגט, אז דער פריערדיגער רב האט גארנישט געזאגט, ר' יודל אייזן'ס קינדער זאגן, אז ער זאל איבערנעמען נאך רבינו זצ"ל, ר' בנציון זעלבסט שרייט חי וקיים, הנהגה משותפת, אבער לויט ר' משה מאיר שטימט דאס נישט ווייל דער רב ז"ל האט דאך קלאר נישט געוויסט פון אזא זאך, און רב"צ שרייבט דאך אז דער פאטער האט דאך אויך געזאגט דערפון פארן ברידער.

 

איינער פון צד א', האט פארענפערט די סתירה זאגענדיג, אז מען הסתם האט רב"צ געמאכט א קליינע טעות, און די מעשה איז געוועהן פונקט פארקערט, און רב"צ האט געבעטן פון רבינו המהר"ש דאס רעביסטעווע, און געבעטן ער זאל עס שרייבן בכתב, אבער ער האט נישט געוואלט בשו"א, און נאכמאל מפציר געוועהן אבער ער האט נישט נאכגעגעבן.

די איינציגסטע זאך, וואס צד ב' – 48'ס טוען ר' יודל גרובער האט געטראפן צו ענפערן פאר בי"ד אויף זייערע הארבע פראגעס און סתירות צווישן די מכתב בקשה פון רב"צ און די איבריגע עדות'שאפט, איז געוועהן דעם קומעדיגן טאג, ווען ער איז געקומען מיט א טענה צום בית דין, היתכן די דיינים הרבנים שליט"א האבן נישט מוחה געווען קעגען מבזה זיין דעם הרב"צ, אויף דעם האט צד א -45 געענפערט אז ווארשיינליך האט שוין צד ב-48 פארגעסן זייערע דברי זלזול און מיואסע אויסדרוקן אויף רבינו הק' זצ"ל אין די לעצטע 5 יאר לפני בי"ד, און נאר איצט ווען רב"צ האט זיך צו'נער געמאכט מיט זיין בעטענדיגער בריוו. פרעגט עטץ היתכן???

 

אזוי אויך האט בי"ד שארף אפגעפרעגט די אנדערע עדות'שאפט: פארוואס די קינדער פון ר' יודל אייזן, און שמעריל ציטראנענבוים זענען נישט אפיר געקומען אין די טעג פון די פטירה פון רבותינו הקדושים, בעתו ובזמנו תש"ס אדער תשס"ה צו זאגן זייער וויכטיגע אזוי גערופענע "רצון המהר"ש" בנוגע די הנהגה פון באבוב.

 

און אזוי אויך פרעגט זיך פארוואס האט הרב"צ נישט אליין איבערגעגעבן דעם רצון פון זיין פאטער זצ"ל, פארן דיין הרח"י טויבער בעת ער האט געמאכט זיין הכתרה י"ב אדר תשס"ה? נאר דער דיין האט געזאגט אז עס איז אזוי משמע פון כמה אנשים.

 

אגב: די כמה אנשים (יצחק שלום לעזער, לייבוש לאנדא) זענען שוין געווען ביים בית דין, און זייער עדות'שאפט תיכף ומיד אפגעפרעגט געווארן נאך חקירות ודרישות.

 

אויך איינע פון די קינדער פון ר' יודל אייזן האט גענפערט אז ער האט דעמאלטס געזאגט זיין עדות'שאפט, אבער ער וויל נישט זאגן פארוועם, ווען בי"ד האט אים אבער באפוילן אז ער מוז פארציילן פארוועם ער האט איבערגעגעבן די צוואה, האט ער זיך געבראכן אין מודה געוועהן אז ער האט טאקע קיינעם נישט איבערגעבן די אנגעבליכע רצון מהר"ש, און די קשיא איז טאקע א הארבע.





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/10/2010 07:52 לינק ישיר 

נאכן לייענען מכתב הבקשה פונעם הרב"צ האט בית דין געפרעגט אז אין די אזוי גערופענע צוואה טעיפ פון פלארידע תשנ"ח שטייט דארט אז רבינו מהר"ש

האט געזאגט פאר ל. ל. אז איך האב נאך צו קיינעם נישט גערעדט וועגן דעם ענין, און דאס ערשטע מאהל וואס איך רעדט דערפון איז צו דיר 

פרעגט בית דין עס שטימט נישט מיט די אלע עדות'שאפט פון ר' יודל אייזן, שמערל ציטראנענבוים און דער מכתב הרב"צ וואס זאגט אז ער האט יא גערעדט דערפון שוין במשך פון לאנגע יארן?



תוקן על ידי אויפגקלערט ב- 15/10/2010 07:49:47




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/10/2010 14:19 לינק ישיר 

גוט מארגן, אויפגקלערט

האסט ארויסגעלאזט וואס בית דין האט געענפערט פאר ר' יודל גרובער

די דיינים האבן געענפערט

1) וואס וואלט ענקער צד געזאגט אדער געענפערט ווען זיי ברענגן אזא סארט זעלבע בריוו פון זייער רבין הרמ"ד?

2) פון וואנעט נעמסטו אז זיי ווילן סתם אוועקמאכן דעם בריוו, אפשר האבן זיי אנדערע ראיות אז דער בריוו שטימט נישט?

און צד 45 האט טאקע געזאגט פארן בית דין, אז זיי האבן ראיות ברורות וואס זענען זיך שטארק סותר מיט דעם בריוו, און זיי וועלן דאס אויפווייזן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > רב"צ בעט זיך ביים בי"ד: ביטע שענקט מיר דאס רבי'סטיווע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext