חשובער מנהל הרב אנאליזירער:
מיין ציל דא איז נישט זיך גרויסצוהאלטן אדער צוצייגן מיינע קענטעניסן
איך האף בלויז מיטן רשות פונעם מנהל אז אויסער די יסוד פון היי טעק אויף פארשידענע אינטערעסאנטע נייע טעכענעלאגישע ערפונדונגען און קאמפיוטער פראגראמען און זייערע פיטשעווקעס,
זאל דער ארט ווייטער אויך בלייבן אויף א גרעסערן פארנעם א גוט ארט פאר פראגראמער'ס, טעקנישאן'ס, ביזנעס'לייט, און סתם קאמפיוטער באנוצער, צו פרעגן פראגעס, עצות, און פראבלעמען, ווער עס דארף הילף בנוגע פראגראמינג, טעכניק, און סתם הילף אויפן קאמפיוטער, און דעם אינטערנעט
און כדי דער ציל זאל צושטאנד קומען בין איך גרייט מהנה צו זיין דעם ציבור ממה שחנני ד'
און כמובן בין איך מער אויסן צו זיין דא דער מקבל און נישט בלויז א משפיע